top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אכציג יאהר אפגעצייכענט צום נס ההצלה פון האחים הק' אין תקומת חצה"ק בעלזא ביי היסטארישע מעמד 'אודה'

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 20 בינו׳ 2024
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 12 בפבר׳ 2024

מוצאי שבת פ' בא • י' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


א היסטארישע אין גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען דעם דאנערשטאג אווענט ליל שישי בחצר הקודש בעלזא, געאייגענט ספעציעל פאר די נושאי הממלכה, תומכי מרכז מוסדות בעלזא בארץ הקודש, קאמבאנירט מיט די געהויבענע מעמד הודאה אפצוצייכענען גאנצע אכציג יאר זינט יענעם טאג ט' שבט, ווען די אחים הקדושים הרה"ק מבעלזא און הרה"ק מבולגרייא זי"ע זענען געראטעוועט געווארן מגיא צלמות - אין די ווידער-אויפבוי פון בית בעלזא נאך די ביטערע צווייטער וועלט קריג.


די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא וואס האט פושט ולובש צורה געוועהן, וואו ביי רייך געדעקטע טישן האבן די תומכים און נגידים זוכה זיין לחסות בצל הקודש און מיסב זיין על שולחן מלכים בהאי עידן רעווא, מיט די פערזענליכע השתתפות פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. כאטש וואס די רב שליט''א טוט זיך זעלטן משתתף זיין ביי אזעלכע מסיבות אין געלט אקציע'ס האט די רב שליט''א דא געמאכט אן אויסנאם צוליב די נחיצות הענין, אין לכבודם פון די חשובע נגידים וועלכע האבן זיך געשטעלט בעוז וברמה לימינם עוז פונעם מרכז המוסדות אין זיך אנגערופן מיט שיינע נתינות פון 36.000 דאללער אין העכער, אין דעם היסטארישן טאג ווען עס ווערט אפגעצייכנט אכציג יאר זינט די גרינדונג פון די הייליגע בעלזא ישיבה על אדמת ארץ הקודש, האבן די חשובע תומכים זיך ווידער אנשליסן מיט די ריזיגע סכומים מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות, און זיין א טייל פון די תומכי עץ החיים און די נושאי הממלכה. ביים סעודה האבן אויך מסיב געוועהן די בני משפחת המלוכה הרה''צ רבי אהרן מרדכי אין די אייניקלעך פונעם רב שליט''א.


א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף א פראכטפולן פארנעם, אין עס האבן מהנה געוועהן בשירה וזמרה דער בארימטער נשמה קאפעליע, אין דער בעל מנגן ר' דודי קאליש, וועלכע האבן מהנה געווען דעם ציבור מיט גאר רייכע נגינה אויסזינגענדיג פארשידענע ניגוני הודאה, באגלייט מיט העכסט אינטערסאנטע פארשטעלונגען איבער די קורות הימים פון תקומת בית בעלזא מיט זעלטענע בילדער אין פרעזענטאציע'ס וועלכע זענען צום ערשטן מאל פארעפענטליכט געווארן.


געעפנט דעם מעמד האט דער טשערמאן און יושב ראש דער משמח אלוקים ואנשים הרב ישראל שטערן פון לאנדאן, וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים אנגעפירט דעם מעמד בטוב טעם. אין אנפאנג האט ר' ישראל ארויסגעברענגט אין קורצע ווערטער די מטרת המסיבה און די היסטארישקייט דערפון.


מיט א הערליכע דרשה האט אויפגעטרעטן דער באגאבטער פה מפיק מרגליות, הגה"צ רבי מרדכי גרינפעלד שליט"א רב דקהל 'אהבת ישראל' וויז'ניץ אין אנטווערפען, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן אין האט געהאלטן געשפאנט מיט זיינע בליציגע רעיונות בגודל הענין פון זיין א שותף אין אזעלכע הייליגע אונטערנעמונגען פון וואס מ'וועט געניסן זכותים לאין ערך.


מיט'ן פאסיגן כבוד האט מען מקבל געוועהן פני הקודש פונעם רב שליט''א מיטן ניגון 'כי אורך ימים', די רב האט זיך געוואשן צום סעודה אין דאן האט מען זיך צוגעהערט צו די דרשה פון הרה''ח הישיש ר' מרדכי'לע וועבער הי"ו וועלכע האט זוכה געוועהן צו דינען אלס משמש בקודש לפני ולפנים ביי הרה''ק מבעלזא זי''ע, ר' מרדכי'לע האט דערציילט שיינע זכרונות אין סיפורים מכלי ראשון וואס ער האט געהערט פונעם בעלזער רב אין זיין ברידער די בילגרייא רב זי''ע.


מיטן משא המעמד האט אויפגעטראטן הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח וועלכע האט מרחיב געוועהן איבער די נס ההצלה וואס ציהט זיך שוין גאנצע אכציג יאהר מתובל מדברי תורתו פון צדיקי בית בעלזא אין יבלחט''א אביו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א. דערנאך האט אויפגעטראטן הרה''ג רבי לייביש קארניאל מראשי כולל עיון דחסידי בעלזא, וועלכע האט ארויסגעברעגנט די הייליגע מטרה פון דעם מסיבה אין אנגעווארענט די הערצער פון די משתתפים.


די גולת הכותרת פונעם אווענט איז געוויס געוועהן די דברות קודש וואס כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א האט משמיע געוועהן לכבוד היום ולכבוד העם הנאספים, די רב האט ארומגערעט וויפיל כוחות אין מחשבה עס קאסט צו קענען דערהאלטן די מוסדות הקדושים וואס דאס איז די יסוד אין קיום פון בית בעלזא, אין א המשך צו די עבודת הקודש פונעם פעטער די רב זי''ע אין די טאטע די בילגרייא רב וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די מוסדות הקודשים אין ארץ ישראל אין אין חוץ לארץ, די רב האט מסיים געוועהן מיט א ברכת יישר כח פאר אלע משתתים אין אנגעוואונטשן אז די זכות פון די אבות הקדושים וועט זעכער מגין זיין אויף די אלע עוזרים ומסייעים זיי זאלן געהאלפן ווערן בכל משאלות לבם לטובה.


דאן האט די רב פארטיילט זילבערנע בעכער'ס פאר די חברי וועד הנהלת מרכז מוסדות בעלזא, הרה''ח ר' יוסף מאיר הורוויץ, הרה''ח ר' שמעון פייבוש, אין הרה''ח ר' רפאל קליין. מיטן בענטשן האט די רב שליט''א געהייסן מכבד זיין הנגיד החסיד ר' ישראל ארי' ווארם לרגל די שבע ברכות פון בתו הכלה וואס איז אויך אפגעראכטן ביים מעמד אין די רב שליט''א האט געזאגט די שבע ברכות. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה לכבוד די יום ההצלה, להודות ולהלל אויף די גרויסע חסדים בימים ההם בזמן הזה.


צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע נדיבים דורך איבערגעבן די כתב התחייבות מיט די סכומים ההגונים וואס יעדער האט זיך אנגערופן בעין יפה וברוח נדיבה, אין די רב האט פארטיילט א מתנה א לעדערנע סידור 'עבודת השם' פאר אלע משתתפים אין מאציל געוועהן ברכות עד בלי די.


אין א שפעטע שעה איז די מעמד געשלאסן געווארן, ווען דער ציבור צוגייט זיך מיט גוטמוטיגע געפילן פון התרגשות והתרוממות, ווען דערמיט ווערט די מעמד געקרוינט מיט א געוואלדיגע סוקסעס העכער אלע ערווארטונגען.


צומארגנס פרייטאג ערב שבת נאכן דאווענען האט די רב שליט''א אפגעראכטן א לעקח אין בראנפין לכבוד האי יומא רבה ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני שמחה אין רב האט געטרינקען לחיים.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page