top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער תושבי לאנדאן דערווארעמען זיך ביים סקולענער שבת בצלו פונעם אורח הרם האד' מסקולען ירושלים‎

מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס כבוד און הערצה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר הבירה לאנדאן, מקבל געווען בהדרת קודש דעם חשובן גאסט פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, ווען דעם שבת איז צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן א שבת אין שטאט לאנדאן בצל הקודש פון א סקולענע רבי, זינט דאס לעצטע מאל וואס הרה"ק מסקולען זי"ע האט געפראוועט א שבת אין לאנדאן מיט נאנט צו צוואנציג יאר צוריק.


די הופעת הכבוד פונעם רבי'ן האט אויפגעברענגט טיפע נאסטאלגישע געפילן ביי תושבי לאנדאן, איבערהויפט ביי די עלטערע דור וואס האבן נאך זוכה געווען מיטצולעבן געהויבענע שבתים בהלו נרו פון הרה"ק מסקולען זי"ע, וועלכער פלעגט אפט קומען צו פארן אריינשיינען מהודו והדרו אויף די תושבי העיר, און זיי דערווארעמען בקדושת השבת. אצינד האט מען ווידער געהאט די געוואלדיגע זכיה, און טויזענטער אידן האבן געשטראמט אין די מאסן דורכאויס שבת מיטצוהאלטן די תפילות און טישן בצל הקודש פונעם חשובער גאסט, איבערהויפט ביי די עריכת שולחן הטהור ליל שבת קודש, וואס איז פארגעקומען אינעם גרויסן וויזניצער בית המדרש אין לאנדאן, אין די צייט וואס דער בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן האט זיך געפונען אויסער די שטאט בקרב תלמידי הישיבה.


פארגאנגענעם דינסטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין לאנדאן אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה מקורבים און משמשים בקודש, דער רבי איז צוגעפארן צו די סטעמפארד הילל געגנט לבית האכסניא ביי הרב החסיד ר' אברהם שמואל שטערן, איש אמונם פון אדמור"י בית סקולען, און דורכאויס די וואך האט דער רבי באזוכט בבתי אדמורי"ם ורבנים אין שטאט.


דינסטאג אויפדערנאכט האט דער רבי באשיינט בראש המסובים ביי די גייסטרייכע דינער לטובת די בארימטע ארגענעזאציע אחינו למען חולי ישראל, וואס איז פארגעקומען אין א פראכטפולע זאל אויסער די שטאט, דער רבי איז מכובד געווארן פארצוזאגן פרקי תהלים בהתעוררות רב זייענדיג מעתיר בתפילה ותחנונים פאר חולי ישראל, און שפעטער איז פארגעקומען א ענגע קבלת פנים אין שטוב פון די אכסניא.


מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבת אור החיים וואס שטייט בנשיאות גיסו הרה"ג ר' שמעון יוסף שטערן שליט"א נכד הרה"ק מסקולען זי"ע, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים, שפעטער האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט א לענגערע שמועס הדרכה פאר חתנים, אין שטוב פון הנגיד ר' אלימלך שמשון ווייס.

מיטוואך אויפדערנאכט האט דער רבי זיך באטייליגט ביי די שמחת הבר מצוה בחצר הקודש וויזניץ לאנדאן, וואו דער וויזניצער רבי האט מכבד געווען דעם סקולענער רבי'ן ביותרת הכבוד, און מכבד געווען צו רעדן לכבוד די שמחה. דער סקולענער רבי האט אויפגעוויקלט שיינע זכרונות פון זיינע יונגע יארן אלס תלמיד אין די וויזניצע ישיבה, און די נאנטע קשר צווישן זיין פאטער הרה"ק מסקולען זי"ע מיט הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע.


שפעטער ביינאכט האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יעקב אהרן פאזען, א לענגערע צייט האט מען פארברענגט בשירות ותשבחות בתופים ובמחולות, און אויך האט זיך באטייליגט הגה"צ המקובל ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפואה שלימה.


דאנערשטאג ראש חודש האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו פון הרה"צ ר' שמואל בנימין קרויס, און נאכן דאווענען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן מקובל. דאנערשטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד מיטן נאמען "אשירה ואזמרה", ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות פון די גאנצע שטאט, זיך צו מחזק זיין און מעורר זיין בעניני שירה וזמרה, אינאיינעם מיטן חשובער גאסט דער סקולענער רבי פון ירושלים.


די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון פרדס ויזניץ, וואו עס האבן באשיינט בראש המסובים א צאל רבני העיר ומרביצי תורה אין שפיץ פון רבי'ן, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' משה יצחק לונצער שליט"א ראש ישיבת מתיבתא, און דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און מען האט געזינגען ווארעמע סקולענע ניגונים. דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע שמועס איבער די עבודת הנגינה ביי צדיקי בית סקולען, און איבער די געוואלדיגע השפעות וואס מ'קען האבן אין דעם געביט. נאכן טאנצן וביום השבת, זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען ביים גרויסן גאסט.


פרייטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן, און נאכן דאווענען זיך געזעגנט לשלום איידער דער וויזניצער רבי איז ארויסגעפארן צו די ברוס גראוו געגנט אויף שבת מיט די תלמידי הישיבה.


















Comments


bottom of page