פייערליגע חגיגת הכנסת ספר תורה אין קהל תולדות יהודה בעיה"ק ירושלים בראשות האד' מתולדות יהודה
- בחצרות הקודש

- 2 בספט׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן פאריגן וואך אין קהל תולדות יהודה אין ירושלים עיה"ק וואו עס איז אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה ברוב פאר והדר, נדבת הנדיב המרומם הרב מרדכי צבי גראס הי"ו, און איז געפייערט געווארן מיט די באטייליגונג פון די פילע הונדערטער חסידים ומעריצים ותושבי ירושלים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א וואס וויילט די יעצטיגער זומער וואכן אין ארץ ישראל אויף אפרוה.
די תהלוכה לכבודה של תורה איז ארויס פונעם שטוב פונעם נדבן אויף רח' שמגר לרחובה של עיר צום ריכטונג פונעם גרויסן שאטער אויף רח' מנחת יצחק צום עקסטאז און התרגשות פונעם גאנצן ציבור, וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים לכבוד התורה, אינעם שאטער האט מען זיך פונדאסניי ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין בתופים ובמחולות ובהמון חוגג, דאן האט די רבי שליט"א געזאגט די מזמורים און אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש.
עס האט נאכגעפאלגט די סעודת מצווה רבתי לגמרה של תורה אין די זאל היכל דוד, וואו די הונדערטער חברי הקהילה האבן זיך געוואשן צום סעודה כיד המלך, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, די יושב ראש המעמד הרב לייבוש ליש מראשי הקהילה אין ניו יארק האט געעפענט די מעמד מיט קורצע דברי פתיחה, דערנאך האט די נדבן הרב מרדכי צבי גראס אויפגעטראטן מיט א דרשה, און די משא המעמד לכבודה של תורה האט מען געהאט די זכיה צו הערן פונעם רבי'ן שליט"א באגלייט מיט דברי פרידה פאר די חסידים תושבי ארץ הקודש איידערן זיך ארויסלאזן צוריק אהיים קיין ניו יארק נאך די געהויבענע באזוך אין לויף פון די זומער וואכן אין ירושלים.
בשעת די מעמד איז ערשינען בהדרתו דער ראש הישיבה הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים וועם די רבי האט מכבד געוועהן משמיע צו זיין דברי ברכה פאר די פארזאמלטע, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבודה של תורה. דורכאויס די מעמד האבן זיך אויך משתתף געווען הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א, הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגאון רבי חיים שמערלער אב"ד היכל צבי צאנז, הגאון רבי עמרם אופמאן מראשי ישיבת שער השמים, הגאון רבי אלי' חיים שטערנבוך דומ"ץ באבוב 45 ירושלים, הגאון רבי שמעון שמואל הלברשטאם אב"ד דברי משה, אב"ד עבודת הלב ליעזש, הגאון רבי אהרן רובינפעלד ראש ישיבת בעלזא לצעירים, הגאון רבי יעקב יהושע אנגלנדר ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא און נאך.















































































תגובות