top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת לחיים צום באשטעטיגונג פון פרישע פלענער צו פארברייטערן ביהמ''ד הגדול ביאלא אין ירושלים

דאנערשטאג פ' וישלח • י"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


א באשיידענע מסיבת לחיים איז פארגעקומען נעכטן במעון הקודש פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, לרגל די גמר המקח און די באשטעטיגונג פון די פרישע פלענער, צו פילפאכיג פארברייטערן און אויפבויען א פראכטפולע בית המדרש פאר חסידי ביאלא בעיר הקודש ירושלים, אין צוגאב צו די עקזיסטירנדע בנין בית המדרש אויף רחוב יעקובזון בקרתא דשופריא.

דאס קומט נאך לאנגע יארן וואס די חסידים קוקן ארויס אויף הרחבת גבולי הקדושה, ווען די גרויסע היכל בית המדרש איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר געברויך, און די לחץ זו הדחק שפירט זיך אין יעדע טריט און שריט. אצינד האט מען אין א מזל'דיגע שעה זוכה געווען לברך על המוגמר און אפקויפט דעם דערנעבענדיגן שטח הארט נעבן די בנין בית המדרש, וואו מען וועט צובויען א נייע גרויסע פליגל פארן בית המדרש צו פארברייטערן דעם היכל אויף פיל א גרעסערע פארנעם.

די מסיבת לחיים איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פונעם ביאלא רבי'ן אין ירושלים, מיט די באטייליגונג פון הרב אליעזר רויכבערגער חבר מועצת העיר ירושלים, און נאך חשובע עסקנים אין ירושלים וואס האבן אסאך צוגעהאלפן פאר דעם פראיעקט, דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און געוואונטשן אז מ'זאל וואס שנעלער פארענדיגן דעם בוי פראיעקט לפאר לרומם ולהרחיב את בית השם.



Comments


bottom of page