top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' וישלח • י"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

די קומענדיגע וואך וועט די בארימטער 'מלכות' קאפעליע מהנה זיין בשירה וזמרה אין ביידע סאטמארער הויפן, בלויז איין טאג נאכן אנדערן, מוצאי שבת ביים גראנדיעזן מעמד היובל פונעם התייסדות העיר 'קרית יואל' בראשות האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א, אין אויפצומארגענס ביים מעמד חגיגות כ"א כסלו אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י.

א גראפע גערער חסידים ביים זיך טרענירן מיט הייס געווער על פי הוראת הקודש פון האדמו"ר מגור צו פארזיכערן די טויזנטער חסידים אין באי ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים.

הגאון הגדול רבי אלימלך וואסערמאן זצ"ל הי"ד, דער דיין וואס איז ל"ע היינט געפאלן אלס קרבן ביי די שרעקליכע טעראר אטאקע אין ירושלים, אין האט זוכה געווען צו גרויס שעצונג פון רבו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, האט מיט בערך א יאר צוריק געגעבן 'סמיכה' לרבנות פאר נכדו בכורו פונעם בעלזא רב, הרה"ג רבי שלום רוקח, ווי די דיין זצ"ל שרייבט: "אשרי הקהילה שתזכה לשים אותו לראשה".

הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן האד' מבעלזא ווערט געזעהן אויף די גאסן פון קרית בעלזא אין שאטן פונעם קאמפ דורך די וועד 'ושכנתי בתוכם' דחסידי בעלזא בהנהלת הרה"צ רבי אהרן מרדכי קעגן די געשפעטן אינעם קריה וועלכע זענען נישט אין איינקלאנג מיט די תקנות הקהילה.

חבר הכנסת איתמר בן גביר אויף א באזוך ביים 'ינוקא' הגאון רבי שלמה יהודה, ווי מען האט דורכגערעדט פארשידענע ענינים העומדים על פרק, אין שאטן פונעם מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל.

הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א אין א פייערדיגער ריקוד ביי די חתונה די וואך פון אן אייניקל.

חסידים ואנשי שם ביים יארצייט סעודה לרגל דהילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין זיע"א וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מבאבוב שליט"א אין א שמועס מיט הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר וויילענדיג אין פלארידע אויף אפרוה.

דער וועלט בארימטער משפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן, איז מנדב די קאווע אין בוהושער בית המדרש לעילוי נשמת דער הייליגער בת עין.

האדמו"ר מקראלי ביי א יארצייט סעודה לע"נ דער הייליגער בת עין אין פייוו-טאונס, ווי די רבי האט אויפגעטראטן מיט דברי חוזיק פאר די ארטוגע אידן אויפן ענגלישן שפראך.

ערשטע סנדקאות פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א די וואך, נאכן איבערנעמען די כתר האדמו"רות.

אינעם לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל האט קרישקעס באמערקט האדמו"ר מלעלוב (צפניה) אינעם רויכערן אפטיילונג, אין א שמעס מיטן בעל מנגן ר' שלומי ווערצבערגער.

האדמו"ר מפיטסבורג אין שטאט בארא פארק אויף א באזוך אין שטוב פון האברך החשוב ר' אברהם בנעט הי"ו, זוהן פונעם לעגענדארע בעל מנגן הרב רובי בנעט, בעת דעם רבי'נס באזוך אין בארא פארק די וואך.

איינע פון די מלכות'דיגע בענדער פונעם ש"ס וואס די בארימטע מלכות דזשודעיקא האט געשאנקען אלס א מתנה פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

וואס וואלט דער ראש ישיבה הגאון מרן רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק"ל געזאגט? הגאון הינוקא הרב שלמה יהודה באגעגנט זיך מיטן לאנגיעריגער משב"ק פון הגרב"מ אזרחי זצ"ל ר' יעקב גראסבאנד.

דער פאליציי קאמאנדיר פון די אידישע געגנט אין לאנדאן דזשעימס קאנוואי איז געקומען אויף א זיצונג מיט ארטיגע רבנים, צו דיסקוסירן וויאזוי צו באשיצן די אידישע געמיינדע אין די טעג וואס די גאסן זענען פול מיט אנטיסעמיטיזם.

האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז זיך משתתף ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און הגה"צ אב"ד מישקאלץ שליט"א אין ביהמ"ד מישקאלץ אין וויליאמסבורג.

אין בית מדרש תורת חכם אין ירושלים וואס שטייט בראשות הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם, איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה וואס זאגט אהן נישט ארויסצונעמען אין די גאנצע שטח ביהמ"ד קיין שום נישט כשר׳ע טעלעפאן. נאר אזא סארט טעלעפאן וואס האט א זיגל פון די וועד הרבנים. די גבאים זאגן אהן אז דאס אריינקומען אין ביהמ"ד איז על תנאי אז אויב פאלגט מען נישט אויס די תקנה וועט מען באשטראפט ווערן מיט $1000 קנס.

די יערליכע נסיעה קיין ראמעניע לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מנחם נחום משטעפענעשט זיע"א, א זוהן פונעם הייליגן רוז'ינער זיע"א, אין שפיץ פון הרב אברהם יעקב סאלאמאן משטעפענעשט.

די עמאציאנאלער חופה די וואך פון הכלה בת הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא אין וויליאמסבורג.

כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר ביים מעיין זיין אין די היסטארישע ירושה מנורה פון זקינו הרה"ק רבי שרגא פייבול מגריצא זיע"א ראש שלשילתא קדישא לבית אלכסנדר.

ביים שמחת החתונה די וואך פון הכלה טאכטער פונעם לאגענדארער משב"ק הרב חיים שלמה פישער, האט קרישקעס באמערקט הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א ובניו אין א פייערדיגע ריקוד מיט ר' חיים שלמה ביים חתונה.

שיינעם חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד שער התפלה טשערנאוויץ אין וויליאמסבורג, בנשיאות הגה"צ ר' יוסף דוד שנעבאלד שליט"א.

דער בארימטער פילאנטראפ אין תומך תורה הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא, באקאנט מיט זיינע עסן פארטיילונגען און צדקות, האט די וואך אפגעשיקט באנוסעס פאר אלע איינגעשטעלטע אין די סאטמארע מוסדות ווי זיינע קינדער זיצן אין לערענען על התורה ועל העבודה, אזוי אויך האט ער פארטיילט 1000 דאללאר פאר אלמנות אין יתומים מיט א חנוכה פעקל, שטייענדיג אין דער טאג וואס ער האט חתונה געמאכט א קינד בשעה טובה.

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אויף א באזוך אינעם שטאטישע תלמוד תורה 'יסודי התורה' אין טאראנטא, ווי די רבי וויילט אין די טעג לטובות מוסדותיו, ווי די רבי האט אויפגעטרעטן פאר די ילדי תשב"ר מיט א שמועס אויף ענגליש לקראת יו"ט חנוכה הבעל"ט.

א בריוו וואס איז געשיקט געווארן צו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורך תושבי דרום ארץ ישראל, ווי זיי באדאנקען זיך פארן זיי אריינעמען אין קרית צאנז אין נתניה במשך די שווערער תקופה זינט די מלחמה אין ארץ ישראל.

כאחד האדם • קרישקעס האט די וואך באמערקט האדמו"ר מאופעלע שטיין אין די שורה אין די 'יש חסד' סופערמארקעט כאחד האדם אן די באגליטונג פון די משמשים בקודש..

ובלכתך בדרך • הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש הישיבת פוניבז ביים עוסק זיין בתורה אויפן פליגער אונטערוועגנס קיין מאנטשעסטער, ווי די ראש ישיבה איז ארויסגעפארן צו די חתונה פון אן אייניקל.

הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר ביי תפילות שחרית היינט צופרי אויפן פליגער אויפן וועג צוריק אהיים פון לאס אנדזשעלעס, ווי די ראש ישיבה איז אפגעפלויגן צו די חתונה פון הכלה טאכטער פון הנגיד ר' שלמה יהודה רעכניץ מגדולי תומכי תורה בדורינו.

דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער מיט א הבהרה ביים ציון הק' אין קרית יואל...

...אין די מחאה וואס האט נאכגעפאלגט פונעם לוחם מלחמות השם די שפיטיווקא רבי שליט''א.

ר׳ בעריש אויערבאך וואס איז לעצטנס געווארן 103 יאר אלט לאויוש"ט איז צוגעגאנגען צום עמוד פאר זיין מאמע׳ס יארצייט וואס ער האט פארלוירן מיט 103 יאר צוריק. ר׳ בעריש איז געבוירן אין ביאלא אין יאר תר"פ און זייענדיג אלט עטליכע חדשים איז זיין מאמע אוועק ל"ע, ער איז אנטלאפן פון ווארשעווער געטא פאר פסח תש"ג און איז געפארן צו זיינס א פעטער וואס האט געוואוינט אין אויסטראליע ווי ער וואוינט זייט דעמאלטס.

א שניי האט זיך אראפ געלאזט אין אומאן אוקריינע אין די צייט וואס הונדערטער חסידי ברסלב גרייטן זיך צו מאכן דעם ווייטן וועג ארויף קיין אומאן אקריינע, לקראת שבת חנוכה.

א שיין געמאלן בילד פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים איבערגעבן א שיעור די וואך אין ישיבה הר עציון יישוב אלון שבות אין די גוש עציון געגענט בגלילות ירושלים.

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פארן בארימטן מגי"ש אין חק הרב יואל מייזליש, אין פאר זיין זוהן ר' מרדכי לרגל שמחת הולדת נכדתו/בתו למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הבחור החתן מרדכי ניישטאט הויז בחור ביי האדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א, לרגל די שידוך שליסן די וואך בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פארן בארימטע פילאנטראפ אין תומך תורה הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא, לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה תחי' בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א הארציגן ברכת מזל טוב פארן בארימטן פאטאגרעפירער ידידינו החתן אברהם אבא אייזנבאך (א. אייזנבאך), לרגל שמחת השידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הרב חיים זעליג קורניצער משב"ק ויד ימינו פון מרן אדמו"ר מווי'זניץ שליט"א, לרגל די שמחת החתונה פון נכדו. אינעם בילד די רבי שליט"א ביים חופה.

א ברכת מזל טוב פארן בארימטן פאטאגרעפירער ידידינו ר' יהושע פרוכטר מחשובי חסידי וויז'ניץ, לרגל די געבורט פון די ערשטע אייניקל בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הרב חיים שלמה פישער משב"ק ויד ימינו פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה תחי' בשעה טובה ולמזל טוב.


Comments


bottom of page