top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טאלנא חתונה אריבערגעפירט פון אשדוד קיין בני ברק צוליב מלחמה אומשטענדן

מיטוואך פ' לך לך • י' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסידי טאלנא בארץ הקודש גרייטן זיך בשמחה וחדוה מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, שמחת החתונה פון הכלה בת כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, מיט די חתן א אייניקל פון הנגיד המפואר ר' יצחק שפירא פון לאנדאן, וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת וירא בשעה טובה ומוצלחת.

די גרויסע חתונה איז געווען ארגינעל געפלאנט פארצוקומען אין שטאט אשדוד, מקום מגוריו פונעם אבי הכלה דער טאלנא רבי שליט"א, אבער צוליב די שווערע מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, בפרט אין שטאט אשדוד וואו עס פליען מיסילס זייער אפט ליידער זייענדיג גאר נאנט צו די עזה גרעניץ, איז באשלאסן געווארן צו פראווענען די חתונה אין שטאט בני ברק וואו עס איז פיל רואיגער.

די גרויסע בית המדרש דחסידי מאחנובקא בעלזא איז ארויסגעדינגען געווארן דורך די וועד השמחה פון טאלנא הויף, און דארט וועט פארקומען די גרויסע חתונה במעמד קהל רב וואס וועלן זיך קומען מיטפרייען ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים.





Comments

Couldn’t Load Comments
It looks like there was a technical problem. Try reconnecting or refreshing the page.
bottom of page