מוצאי שבת פ' לך לך • י"ג חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט פרייד-כוואליעס איז די וואך געפייערט געווארן די חגיגת קביעת מזוזה און חנוכת הבית פארן נייער גיגאנטישער "היכל גאלדשטיין", היכל הכוללים החדש, וואס איז אין די יעצטיגער טעג נתחנך געווארן אינעם "מבצרהכוללים" אין קרית יואל.
דער פאנטאסטישער דריי - מיליאן דאלארדיגער אונטערנעמונג איז מיט ארום צוויי יאר צוריק געווארן אונטערגענומען דורך די הנהלת הכוללים, בהוראת וברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, קומענדיג צו א מצב ווען דער ריבוי הלומדים האט זיך איבערגעגאסן אלע היכלים און שטאקן, און במשך די לעצטערע חדשים איז די בויעריי פאראויסגעלאפן מיט גאלאפירנדע אימפעט, און בסייעתא דשמייא דעם ר"ח חשון איז אנגעקומען דער גליקליכער טאג, ווען עס איז באנייט געווארן דער היכל החדש, ווי עס איז געווארן אהערגעשטעלט א גיגאנטישער מקום תורה מיט די פולסטע שיינקייט און באקוועמליכקייט.
לרגל די מאורע רבתי פון הרחבת גבולי הכוללים האט מען נעכטן מאנטיג נאכמיטאג געהאט די זכיה מקבל זיין פני קדשו פונעם סאטמאר רבי'ן שליט"א,דער רבי איז צום ערשט ארום אויף אלע פיר שטאקן פונעם כולל ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל הכולל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א, דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל הכולל מיט די באטיילוגונג פון די אריבער אכט הונדערט לומדי הכולל און די הנהלה גשמיות פונעם כולל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ולומדי הכולל און פאר די הנהלת הכולל. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש מיט דברי אגדה בפרשת השבוע, און ארומגערעט בשבחם פון די כולל אינגעלייט, און ממשיך געווען בדברי הדרכה פאר די לומדי הכולל, בסיום דבריו האט די רבי שליט"א מאציל געווען ברכות לרוב פאר די ראשי ולומדי הכולל, און פאר די הנהלת הכולל וואס האבן אהערגעשטעלט דעם נייעם שטאק און זייער עבודת הקודש פון א גאנץ יאר, און בפרט פון הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וואס ער איז סיי א נדבן און סיי א עסקן צו שאפן גרויסע געלטער, הקב"ה ישלם שכרם וכל מילי דמיטב תמיד. די מעמד האט זיך געשלאסן מיט פריילעכע געזאנג לכבוד די חגיגה. אין דער זעלבער צייט ווערן שוין געמאכט די הכנות צו די עקסטאזליכע "חנוכת הבית", געווידמעט פאר די חשוב'ע נדיבים בעם בוני ההיכל, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א וואס ווערט געפלאנט געפייערט צו ווערן אויף א גראנדיעזן שטייגער, אין די וואכן נאך חנוכה בעז"ה.
留言