יושב ודורש: האד' מצאנז קלויזנבורג משמיע געווען "שבת הגדול דרשה" במקהלות אלפי החסידים; ערשטע מאל זינט תשע"ט
- Bechatzros admin
- 6 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 6 באפר׳
זונטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס איבערראשונג האבן חסידי צאנז קלויזנבורג דעם פארלאפענעם פרייטאג, ערש"ק ויקרא, הגדול מוקדם, אויפגענומען די בשורה מרנינה מבית המלך, כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, אז נאך צייט אפשניט פון עטליכע יאר וועט דער רבי שליט"א דאס יאר משמיע זיין דעם "שבת הגדול דרשה" בפני כל קהל עם ועדה, אום שבת נאכמיטאג.
ווי נאר די ידיעה איז ארויס צווישן ציבור האט אן עקסטאזליכע שמחת התורה ארומגענומען די גאנצע קהלה קדישא, שטייענדיג נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר וואס מ'איז נישט זוכה צו הערן די דברי אלקים חיים ביים "שבת הגדול דרשה" וואס דער רבי שליט"א איז משמיע שוין צענדליגער יארן פאר עדת צאן מרעיתו, אבער זייט די קאראנא תקופה, בשנת תש"פ, האט מען ביז היינט נאכנישט זוכה געווען צום חידוש הימים כבראשונה, אז דער רבי זאל ווייטער משמיע זיין דעם שבת הגדול דרשה, וואס איז איינע פון די הויעכע זמנים פון יאר בחצה"ק צאנז קלויזנבורג, ווען דער גאנצער ציבור נעמט זיך צוזאם לשמוע את דבר ה' און מיטלעבן די חדוותא דאורייתא און די ווארעמע דברי מוסר והתעוררות און התחזקות והכנה לימי הפסח.
שבת צופרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט מיט אן ענגען מנין, אין א פריערדיגן זמן ווי יעדע וואך, ווען דער רבי שליט"א דאווענט, כידוע, אין א בחינה פון למעלה מן הזמן, אבער די וואך, כדי צו קענען אניאגן און זיין גרייט צו די דרשה שבת נאכמיטאג, האט זיך דער רבי ספעציעל צוגעאיילט פון צופרי נאך, און אזוי ארום נאך געקענט אפרעכטן די שעה'ן לאנגע עבודת הקודש פון תפלת שחרית קריאת התורה און מוסף, און שפעטער נאכמיטאג, צום באשטימטן זמן, איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת הגדול, ווען דער ביהמ"ד איז איבערגעפילט מיט טויזנטער חסידים זקנים עם נערים.
דער רבי שליט"א איז ארויף ביים ארון הקודש מעוטף בטליתו, און צוערשט משמיע געווען א טיפזיניגן פלפול חריף אין די סוגיא פון "פסח דוחה שבת", און דאן אריבער צו הערליכע דברי אגדה מתובל מיט ציצים ופרחים בעניני חג הפסח, און דאן אריבער צו דברי מוסר והתעוררות, און דער רבי שליט"א האט ספעציעל מאריך געווען בענין קדושת ביהמ"ד ומורא מקדש, און ארומגעקאכט איבער די הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען, נאכזאגנדיג די גאר הארבע לשונות פון מר אביו דער שפע חיים זי''ע איבער דעם ענין.
דער רבי האט ערווענט מיט א קורת רוח דעם גרויסן קאמפיין וואס איז אנגעגאנגען דא אין ביהמ"ד צווישן דעם ציבור אז מ'זאל זיך מחזק זיין אין דעם ענין, און אפעלירט אז מ'זאל דאס אויך איינשטעלן אין די צאנז קלויזנבורגער בתי מדרשים אין אנדערע שטעט, זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען פון אנהייב ביז'ן סוף פאר פערציג טעג.
די דרשה האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו צוויי שעה, און נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א צוריק אריינגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש צו מנחה און שלש סעודות וואס איז פאראיבער מיט גרויס דעהויבנקייט.







תגובות