top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רמה ד' • האד' מתולדות אהרן באשיינט מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין התלמוד תורה אין בית שמש

מיטוואך פ' בהעלתך - י"ח סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגענעם וואך דינסטיג איז כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א אנגעקומען קיין בית שמש אויף א באזוך אין די נייע בליענדע רמה ד' געגענט אין שטאט, ווי די רבי האט באשיינט די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין התלמוד תורה דחסידי תודלות אהרן אין רמה ד' נדבת ליבו פון הרבני הנגיד ר' יעקב מרדכי יאזשעף פון וויליאמסבורג, באותו מעמד איז אויך פארגעקומען די חומש סעודה פון די ילדי כיתה א' אינעם תלמוד תורה, די מעמד איז פארגעקומען אין א שאטער אין חצר פונעם תלמוד תורה אין שפיץ פון די רבני העיר אין די עלטערן פון די ילדי המוסדות.


די רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד המאורע אין דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן אויבן אן. נאכן מעמד איז די רבי צוגעפארן לבית מדרשו אינעם געגענט ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט ביי די נייע מקוה טהרה וואס בויעט זיך די טעג.




















Komen


bottom of page