מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: ארי פריינד
פילע הונדערטער תושבי בארא פארק חסידים ואנשי מעשה האבן דעם שבת געשטראמט אין די מאסן מיטצוהאלטן די לעכטיגע תפילות און טישן בצילא דמהימנותא עילאה פונעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק אויף א באזוך בקרב חסידיו ומעריציו דרי ניו יארק.
באלד ביים אריינקומען צום טיש פרייטאג צונאכטס אין די ספינקא זאל איז שוין געווען דאס פלאץ געוועהן איבערגעפילט מקצה אל קצה, און די עסקנים זענען געצווינגען געווארן צו פארשפארן דעם זאל צוליב די גרויסע געדרענג. די רבי שליט"א האט אין א זעלטענע שריט אנגעהויבן די טיש פון שלום עליכם און מקדש געווען על הכוס ברוב עם, די גאנצע טיש איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, ווען עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר תושבי בארא פארק צו כאפן אן אריינבליק אין א פארצייטישע ירושלימער הויף מיטן אמאליגן חן און אטמאספערע, ווען די רבי רעכט אפ די שולחן הטהור מבואו ועד צאתו בנהירו עילאה כמנהגו בקודש בירושלים של מעלה.
די רבי האט פארגעזינגען כל מקדש, און משמיע געוועהן אמרות טהורות פון ספרי צדיקי החסידות, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, און דערנאך האט די רבי פארטיילט פירות פארן גאנצן ציבור, די רבי האט געבענטשט על הכוס און מען האט געזינגען די לעלובער מגן אבות ווען די רבי איז איינגעהילט אין א אימה ויראה כדרכו, די טיש האט זיך פארענדיגט נאך פיר אזייגער פארטאגס, און מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צו די אכסניא.
בצפרא דשבתא האט די רבי געדאווענט שחרית אויף א פריוואטער פארנעם, נאכמיטאג איז די רבי אריינגעקומען צו קריאת התורה בבית האכסניא, אום 8:15 האט מען פארענדיגט מוסף און די רבי שליט"א האט קידוש געמאכט און זיך געוואשן צום סעודת עתיקא קדישא, דערנאך האט מען געדאוונט מנחה ווי די רבי האט געליינט און עולה געווען לתורה, מען האט דאן ממשיך געווען די סעודה אינאיינעם מיט שלש סעודות, וואו די רבי האט דערציילט עובדות וסיפורים פון די צדיקים וואס זייער הילולא געפאלט די קומעדיגע וואך.
מוצאי שבת נאך חצות הלילה איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד ר' אברהם נוסענצווייג הי"ו, ווי די רבי האט אויפגענימען נדיבים בעם מיט קוויטלעך, און זיך דערנאך געוואשן צום סעודת מלווה מלכה מיט די השתתפות פון א שיינע ציבור אידן, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און נאכן בענטשן האט די רבי פארטיילט כוס של ברכה, עס איז שוין געווען האלב זעקס צופרי ווען מען האט פארענדיגט די סעודה דדוד מלכא משיחא.
Comments