top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסלאנים ווידער שארף אראפגעריסן אגודת ישראל פארטיי ביים זאת חנוכה טיש

פרייטאג פ' מקץ • ג' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


גאר שארפע דברות קודש איז געהערט געווארן נעכטן ביינאכט ביים שולחן הטהור ליל זאת חנוכה ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, ווען דער רבי איז ארויסגעטרעטן בשער בת רבים קעגן די אגודת ישראל פארטיי זאגענדיג אז זיי זענען אפגעפארן פון וועג, און די גאנצע פירערשאפט דארט האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין דעת תורה.


אנהייב די דברות קודש האט דער רבי דערמאנט דעם ציבור צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועלכער איז ליידער אין א שוואכע געזונט צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער פארשידענע ענינים הצריכים חיזוק, און מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון.


אינמיטן האט דער רבי אנגעהויבן רעדן איבער די אגודת ישראל פארטיי, זאגענדיג אז ער האט שוין עטליכע מאל גערעדט דערוועגן, אבער ליידער זעט מען ווידער ווי עס ווערט געפירט דורך פאליטיקאנטן מיט פארשידנארטיגע מיינונגען, און מען רעדט איין דעם ציבור אז עס ווערט געפירט דורך דעת תורה, ווען באמת איז נישטא קיין איין גדול רבי אדער מנהיג וואס האט א ווארט אויף אגודת ישראל, בפרט האט די רבי מוחה געוועהן אויף א געוויסע חוק תועבה וואס איז נישט לאנג צוריק דורכגעפירט געווארן אינעם כנסת המינים מיטן פולסטן הסכמה פון אגודת ישראל וועלכע האבן צוגעשטימט דורכצופירן דעם געזעץ.


דער רבי האט צוגעגליכן די ציונים ימ"ש צו די יוונים בשעתם, וואס זייער גאנצער ציהל איז להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך, דער רבי האט ערווענט אז על פי דרך הטבע איז נישטא קיין זכות קיום פאר כלל ישראל אין ארץ ישראל, זייענדיג ארומגענומען מיט אפאר מיליאן אראבער וואס ווילן פארלענדן כלל ישראל יעדע רגע, און נאר מיט די זכות פון תורה בטהרה און מצוות ומעשים טובים קען מען אדורכלעבן די שווערע צייטן.

Comments


bottom of page