היסטארישע מעמד פדיון פטר חמור דורך האד' מסאטמאר וועט אפגעראכטן ווערן חוה"מ פסח אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל
- Bechatzros admin
- 5 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' ויקרא • ז' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר זענען איינגעהילט אין עקסטאז און התרגשות זיך גרייטנדיג מיטצולעבן די זעלטענע מעמד 'פדיון פטר חמור' וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומעדיגן חול המועד פסח במקהלות אלפי ישראל בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האט מיט עטליכע יאהר צוריק געלאזט קויפן עטליכע אייזלען כדי צו קענען מקיים זיין די זעלטענע מצווה ככל משפטו וחוקתו, און פודה זיין דעם חמוק אונטער זיין אויסשליסליכע בעלות.
אצינד, איז אנגעקומען די פאסיגע צייט מקיים צו זיין די מצווה, ווען עס איז די וואך געבוירן געווארן א בכור ביי איינער פון די אייזלען, און דער רבי שליט"א זעלבסט וועט קענען מקיים זיין די הייליגע מצוות עשה פון 'פדיון פטר חמור' ברוב עם הדרת מלך ובשמחה של מצוה.
אין די לעצט פארבליבענע טעגנ צום יום טוב, ווערן אויסגעארבעט אלע דעטאלן ארום די היסטארישע מעמד וועלכע וועט אפגעהאלטן ווערן דאנערשטאג ג' דחול המועד פסח אויף א גרויסן פארנעם, אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, במקהלות עם רב, קהלא קדישא אלופי אלפי חסידי סאטמאר זקנים עם נערים פון אלע געגענטער וועלכע וועלן מיטלעבן די קיום המצווה וואס וועט אפגעראכטן ווערן בכל פרטיה ודקדוקיה דורכן רועה ישראל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.








תגובות