top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עבד לעבדי ה' • נפטר געווארן הרה"ח ר' זלמן לייב ווייס ז"ל משמש בקודש ביי אדמור"י בית וויז'ניץ

מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


בצער רב טוען חסידי וויז'ניץ באוויינען די פטירה פון הרה''ח ר' זלמן לייב ווייס ע"ה מפארי וחשובי חסידי וויז'ניץ אין בני ברק און לאנגיעריגע משמש בקודש פון אדמור''י בית וויזניץ לדורותיהם וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 77 יאר.


ר' זלמן לייב איז געבוירן אין ראמעניע צו זיין פאטער ר' חיים ווייס ע"ה. זיין פאטער האט געלערנט אין די בארימטער סעקעלהיד'ער ישיבה און איז געווען פון די נאנטע תלמידים ביים סעקלהיד'ער רב הגה"ק רבי יהודה ראזנער זי''ע, וועלכע פלעג שיקן די בחורים פון ישיבה אויף שבתים און ימים טובים צום אהבת ישראל אין גראסווארדיין. שפעטער האט ר' חיים חתונה געהאט מיט א טאכטער פון החסיד ר' אברהם אהרן מארגרעטענער איידעם פון הרב החסיד המפורסם ר' גבריאל יוסף שעכטער ז"ל, גבאי נאמן ואיש אמונו פונעם הייליגן 'אהבת ישראל' זי"ע.


נאכן ביטערן וועלט קריג איז ר' זלמן לייב ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער און האבן זיך באזעצט אין כפר גדעון נעבן חיפה.


ר' זלמן לייב איז געווען פון די באוואוסטע פערזענדליכקייטן אין וויזניץ, זייענדיג דער גבאי פונעם אמרי חיים נאך אלס בחור, שפעטער ביים ישועות משה ביזן היינטיגן וויזניצער רבי'ן שליט"א.


לויט ווי ר' זלמן לייב פלעג דערציילן, איז אמאל געווען איינע פון די חסידים וואס האט געווארט אריינצוגיין מיט א קוויטל צום אמרי חיים און דער גבאי ר' יצחק דוד ראזמאוויטש איז נישט דארט געווען, בין איך אריין צום רבי'ן און דערציילט אז דער גבאי איז נישטא צו שרייבן א קוויטל. האט דער אמרי חיים זיך אנגערופן מיט א שמייכל: ''דו קענסט נישט שרייבן קיין קוויטל?''


יענעם ווינטער איז דער דעמאלטסדיגער ראש ישיבה דער רבי דער ישועות משה איין טאג אריינגעקומען אין ישיבה אינמיטן סדר און ארויסגערופן ר' זלמן לייב צום שטוב פונעם אמרי חיים. דער אמרי חיים האט איהם געזאגט אז נאכן סטראוק חודש כסליו וועט ער מוזן האבן איינער מיט זיך רונדע דעם זייגער און דעריבער האט ער באשלאסן אויפצונעמען ר' זלמן לייב אלס משמש.


דער אמרי חיים האט אויך צוגערעט זיין פאטער און אים צוגעזאגט דריי זאכן: איינס, אז ער וועט נאכקוקן זיינע סדרי הלימודים, צוויי אז זלמן לייב וועט טרעפן א גוטן שידוך, און דריטענס אז ער וועט האבן א גוטע פרנסה.


ר' זלמן לייב האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרה"ח רבי שלמה ניימאן זצ"ל מזקני וחשובי חסידי ויז'ניץ. מיט צענדליגע יארן צוריק האט ער געגרינדעט זיין פירמע 'עקיבא טורס' שפעטער באקאנט אלס 'ווייס טורס' וועלכע פלעגט טראגן יודן צום ציון הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי''ע אין ליזענסק.


נאכן הסתלקות פונעם אמרי חיים האט ר' זלמן לייב משמש געוועהן בנו הרה''ק בעל ישועות משה אין געוויסע זמנים אין יאהר וואו ער האט געהאט חזקות צו משמש זיין דעם רבי'ן זצ''ל.


אויך אויף די עלטער האט ר' זלמן לייב געהאט די זכיה משמש צו זיין כ"ק אדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א, האט ער געהאט די חזקות פון זיין דער גבאי ימים נוראים און ביים סדר נאכט אנגעהויבן פון אנגיסן די בעכער צו קידוש, אפגעבן די מאכלים אין אזוי ווייטער ביז אין די פריע פארטאג'ס שעות - א קביעות וואס ער האט אנגעהאלטן ביז פאריאהר.


די לויה גייט ארויס היינט נאכט צען אזייגער פון ביתו נאווה קודש פון הרה''ק בעל אמרי חיים זי''ע אויף רחוב אהבת שלום 13 אין בני ברק, און פון דארט צום בית המדרש הגדול מרכז חסידי וויז'ניץ אויפן וועג צום בית החיים וויז'ניץ ווי ער וועט קומען לקבורה.

ת.נ.צ.ב.ה.





Comments


bottom of page