דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
מיט רוישיגע געפילן האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין אנטווערפען אויפגענימען די גאר פריידיגע בשורה טובה ומרנינה אז בחסדי ה' איז ענדליך ערהאלטן געווארן די לאנג ערווארטעטע ענדגילטיגע פערמיטן פארן אויפבוי פונעם הערליכן בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב אין שטאט אנטווערפען.
מיט זיבן יאר צוריק בעת ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי''י האט באזוכט אין שטאט אנטווערפען האט דער רבי ממנה געוועהן א וועד קרן הבנין וועלכע האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין צענדליגער מיטונגען מיט די שטאטישע אינסטאנצן מיט אלע ערליי השתדלות און עסקנות ביז מ'האט ענדליך דערגרייכט דעם ועתה הרחיב ה' לנו אז מען קען שוין צוטרעטן צום פאקטישן עבודת הבנויה, וואס מען האפט שויו אנצוהייבן תיכף נאך די ימים נוראים ווען מ'וועט אראפווארפן די אונטערשטע חלק ביהמ"ד וואס ס'אנטהאלט די אלטע מקוה מיט די בנין הישיבה קטנה וואס שטייט שוין אזוי אומבארירט פאר במשך די לעצטע 60 יאר זינט די התייסדות הביהמ"ד והמקום כבר צר מהכיל און דורכדעם וועט מען קענען צוגרייטן דעם באדן פאר די גרויסע ארבעט פון די ערשטע פאזע פונעם ריזן פראיעקט.
א גרויסארטיגע קידושא רבא וועט פארקומען בעצם יום השבת קודש אינעם סאטמארער ביהמ'ד מיט די באטייליגונג פונעם גאנצן ציבור ובראשם הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א וואס וועט דארט אפרעכטן די תפלות בצפרא דשבתא און שפעטער אויפטרעטן בנועם אמרותיו ביים קידושא רבא רבתי ווי מ'וועט אפגעבן א שבח והודאה על כל הטוב והחסד.
*
דער יעצטיגער ביהמ"ד וועלכע שטייט שוין קרוב צו 50 יאר, מיטן זעלבן ציור און געשטעל
דער פראכטפולער היכל ביהמ"ד וואס וועט זיין דער בית חיינו פון סאטמאר אנטווערפען לשם ולתפארת
Comments