top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יום האיחוד" פאר די קרוב צו טויזנט תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה פון די סאטמאר מוסדות בניו יארק

מיטוואך פ' משפטים - כ"ד שבט תשפ"ג



קול בחצרות - נעכטן דינסטיג נאכמיטאג איז פארגעקומען אין קרית יואל דער "מעמד יום האיחוד" ווי עס האבן זיך צונויפגענימען די אריבער אכט הונדערט תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה פון די סאטמאר מוסדות פון איבער גרעיטער ניו יארק ס'איז פארגעקומען אין ביהמ''ד ישמח משה אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א


ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים דערנאך האבן עטליכע בחורים פארגעזינגען חרוזים,דאן האבן די מנהלים איבערגעגעבן פארן רבין שליט''א מנחת ביכורים א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי התחזקות ללימוד התורה, בסוף דבריו האט דער רבי ארומגערעדט איבער די נסיעה צום עיר האבות סיגוט אויף דעם 'שבת שקלים' לרגל די יומדה"ק פון זקינו בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג כ"ט שבט, אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון ארץ ישראל און אייראפע


דער רבי האט ארויסגעברענגט די קשר פון די צדיקים עצי התמרים זי"ע צו די בחורים, און די געוואלדיגע כוחות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין הרבצת התורה פאר בחורים, און ארומגערעדט מיט א רגש קודש איבער די זכי' צו קענען פארלערנען פאר בחורים בביהמ"ד שהתפללו בו אבותיו הק', און געזאגט אז ער וועט מיטנעמען די כוללות קוויטל פון די שעות רציפות פון די בחורים צו ברענגען א פריסת שלום פון די היזיגע בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו אז מזאל פויעל'ן אלעס גוטס און אהיימברענגען רפואות און ישועות פאר גאנץ כלל ישראל.


דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים.








Comments


bottom of page