top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם באזוך פון הרב שלום רוקח נכד האד' מבעלזא אין אנטווערפען לרגל הכנסת ספר תורה אין די קהילה

פרייטאג פ' כי תבוא - ט"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


בכבוד הראוי האבן חסידי בעלזא אין אנטווערפען דעם אנהייב וואך מקבל פנים געוועהן די חשובע גאסט הרה''ג רבי שלום רוקח נכדו הגדול פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, וואס איז געקומען צו פארן אינאיינעם מיט א משלחת נכבדה פון ארץ ישראל צו באשיינען די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בעלזא ביהמ''ד אהל משה אין שטאט בנדבת ליבו פון הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה ר' משה קעניג פון אנטווערפען.


לכבוד המאורע האט כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א ארויסגעשיקט קיין אנטווערפען א חשובע משלחת פון די משמשים בקודש הרה"ח ר' שמעון וואלף קליין אין הרה''ח ר' אליעזר ווינד אזוי אויך דער מנהל המוסדות הרב הערשל פארקאש.


צופרי האט דער דעלעגאציע געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט אמסטרדם פון וואו מען איז אריינגעפארן קיין אנטווערפען מיטן באן וואו עס האבן אפגעווארט אינעם באן סטאנציע די ראשי והנהלת המוסדות אין אנטווערפען. נאכן דאווענען בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יחיאל הערשקאוויטש איז פארגעקומען א לעקח אין בראנפין אין א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם חשובן גאסט.


נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת האותיות וואו הרב שלום האט אריינגעשריבן די לעצטע אות אינעם ספר תורה אין דאן אפגעראכטן א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די רבני העיר ובראשם הגה''צ גאב''ד אנטווערפען, הגה''צ רבי פנחס פאדווא גאב''ד קהילת שומרי הדת אין נאך דייני קהילות בעלזא אין שטאט. באותו מעמד האט הרב שלום איבערגעגעבן א מתנה פארן נדיב ר' משה א זילבערנע יד פארן ספר תורה וואס כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א האט געשיקט כאות הוקרה והערכה פאר זיין שטיצע לטובת די בעלזא מוסדות אלוועלטליך.


מען האט באגלייט דעם ספר תורה ברחובה של עיר בשירה ומזרה, אנקומענדיג אין ביהמ''ד האט דער גאסט הרב שלום פארגעזאגט מזמור לדוד אין מכבד געוועהן די דיינים מיט די אנדערע מזמורים.


שפעטער באנאכט האט נאכגעפאלגט די סעודת מצוה לגומרה של תורה אויף א רייכער פארנעם, אין די בעלזער זאל בנות ירושלים וואו עס האבן אויפגעטראטן צווישן אנדערע דער מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד אנטווערפען, הגה''צ רבי שלמה זלמן וועבער דומ''ץ בעלזא אנטווערפען, אין די משמשים בקודש הרב שמעון וואלף קליין, אין דער משמש בקודש הרב אליעזר ווינד וואס האט פארגעליינט די מכתב קודש וואס כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א האט געשיקט צום מעמד.


































Comments


bottom of page