מיטוואך פ' כי תבוא - י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א געוואלדיגע קידוש השם האט זיך אפגעשפילט אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק, ווען דער באקאנטער עסקן הרב דוד מרגלי שליט"א יושב ראש הוועד העולמי מאקאווא, האט געפירט אונטער די חופה בנו החתן.
הרב דוד מרגלי וועלכער איז באקאנט מיט זיין ברייטע עסקנות אויף פארשידענע וועגן פאר כלל ישראל, איבערהויפט מיט זיינע לייסטונגען און פעולות נשגבות למען כבוד הצדיקים אשר בארץ המה, אפצוראטעווען די קברי צדיקים אין אייראפע, בפרט די ציון הק' פון הרה"ק בעל אהל משה ממאקאווא זי"ע, וואס איז אלעס ר' דוד צו פארדאנקען.
מיט דריי חדשים צוריק, צוויי טעג איידער די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אהל משה ממאקאווא זי"ע, זייענדיג שוין אין אונגארן צוצוגרייטן די ציון הק' און אלע באדערפענישן פאר די פילע מתפללים ביים ציון הק', איז ר' דוד ליידער געווען פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט רח"ל אין אונגארן, וואו די עמערדזשענסי אגענטורן האבן פרובירט צו ראטעווען זיין לעבן, און אפגעפירט אין שפיטאל אין זייער א שווערע און קריטישע צושטאנד.
גאנצע צוויי וואכן איז ער ליידער געלעגן על ערש דוי, ווען די דאקטוירים האבן געהויבן די הענט, און קיין וועג ארויס האט זיך נישט אנגעזעהן אויפן האריזאנט, על פי הוראת הרבנים האט מען אים צוגעגעבן די נאמען, אין די צייט וואס כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו און מקבל געווען קבלת טובות לזכות ר' אלעזר דוד בן רבקה העניא.
מיט גרויסע נסים און אפענע חסדי השם האט ער זיך ערוועקט נאך צוויי וואכן, און אויף א וואונדערליכע פארנעם האט ער זיך ערהוילט, ווען מיט עטליכע וואכן צוריק איז ער אין א מזל'דיגע שעה באפרייט געווארן פון שפיטאל.
פארגאנגענע וואך ביי די שמחת החתונה פון בנו החתן וואס איז פארגעקומען אין די גני הדקל זאל אין בני ברק, האט ר' דוד אונטערגעפירט בנו החתן אונטער די חופה אויף די אייגענע פיס, און געטאנצן לעבעדיג מיט גרויס התרגשות, אין די צייט וואס הונדערטער אידן פרייען זיך מיט די גרויסע שמחה, און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע חסדים.
גאר ספעציעל האט אויסגעשריגן די קידוש השם קבל תבל ומלואו, ווען אונטער די אויבן אן האט געהאנגען א ריזן שילד וואס האט אויסגעשריגן די ווערטער "מיר רעדן נישט ביים דאווענען", און דער פרייליכער בעל שמחה ר' דוד זעלבסט האט אויפגעטרעטן אינמיטן די חתונה מיט קורצע דברי שבח והודאה, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון נישט רעדן ביים דאווענען, און די גרויסקייט פון זיך מקבל זיין די דאזיגע קבלה, וואס נאר אין דעם זכות געפונט ער זיך דא ביי די חתונה.
צווישן אנדערע האט זיך אנגעזעהן ביי די חתונה אין די נאכפאלגענדע ימי השבע ברכות פילע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה, און זיין א טייל פון די כנסיה לשם שמים, בראש המסובים האט זיך אנגעזעהן מורו ורבו כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכע האט באשיינט די חתונה נלובש בבגדי שבת, הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד מאקאווא בני ברק, הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא, אב"ד צאנז ארה"ב בן כ"ק אדמו"ר מצאנז, האדמורי"ם מדאראג, אוזרוב, שבט הלוי, ספינקא ירושלים, דעעש ירושלים, מודזיץ, קוזמיר, טעמעשוואר, נדבורנא ביתר, זוטשקא אמסנא, סטריקוב, לייפניק, שומרי אמונים, קוידינוב, הגאון ר' שמואל אליעזר שטערן רב מערב ב"ב, הגאון ר' יצחק שאול קנייבסקי, און נאך פיל חשובע רבנים ראשי ישיבות ואישי ציבור.
תגובות