top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זריזין מקדימין • אמירת לשנה טובה בחצר הקודש סלונים דאס יאהר אין די טעג בעפאר ראש השנה

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דאס יאר וועלן די חסידים בכלל נישט אריבערגיין ביים רבי'ן וואונטשן לשנה טובה בליל ראש השנה, נאר יעדער וועט אדורכגיין וואונטשן לשנה טובה דורכאויס די טעג בעפאר ראש השנה.


די לעצטע פאר יאר זינט די ציבור איז זיך צעוואקסן זייער גרויס בליעה"ר, האט מען מסדר געווען אז די בחורי החסידות וועלן דורכגיין ביים רבי'ן וואונטשן לשנה טובה דורכאויס די וואך פריער, און אצינד איז באשלאסן געווארן אז אלע חסידים וועלן זיך וואונטשן פאר ראש השנה, נישט צו פארשווערן פארן רבי'נס שוואכע כוחות אין דעם הייליגן טאג.


לויט א ספעציעלע סדר וועלן די חסידים אריבערגיין זיך וואונטשן ביים רבי'ן לשנה טובה, איינגעטיילט לויט די שטעט, ווען יעדע נאכט נאך מעריב וועלן א אנדערע קבוצה חסידים האבן די זכיה זיך צו וואונטשן ביים רבי'ן א גוט געבענטשט יאר. זונטאג ביינאכט די חסידים פון ביתר, מאנטאג ביינאכט די חסידים פון בני ברק און אלעד, דינסטאג נאכט די חסידים פון עמנואל, בית שמש, קרית גת, רמת שלמה, און פון אלע אנדערע שטעט אין ארץ ישראל, און מיטוואך ביינאכט די חסידים וואס וואוינען אין ירושלים.


ספעציעל וועט זיין צוגעשטעלט א זמן פאר די בחורים אריבערצוגיין זיך וואונטשן ביים רבי'ן לשנה טובה, די בחורי ישיבה גדולה מאנטאג סליחות נאך מנחה, און די בחורי הישיבה קטנה דינסטאג נאך מנחה.


ווי אויך איז געמאלדן געווארן, אז נאכדעם וואס אין די לעצטע פאר יאר זינט די קאראנע אויסברוך, זענען די חסידים נישט אריין פערזענליך אל הקודש פנימה מיט קוויטלעך לקראת ראש השנה, נאר מ'האט געמאכט א כוללות קוויטל פון אלע חסידים, וועט מען היי יאר יא קענען פערזענליך איבערגעבן א קוויטל, בשעת מ'גייט אריבער ביים רבי'ן וואונטשן לשנה טובה, ווען יעדער וועט קענען שנעל אראפלייגן א קוויטל אויפן רבינ'ס טיש.




Comments


bottom of page