top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובנה ירושלים עיר הקודש • מלאכת הבני' אין פולן שוואונג ביים ביהמ''ד 'ברך משה' ומוסדות סאטמאר ירושלים

דינסטאג פ' חקת בלק - ח' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


אין די יעצטיגע טעג האט זיך אנגעהויבן די פאקטישע ארבייט ביים בנין ביהמ''ד הגדול 'ברך משה' סאטמאר אין ירושלים עיה''ק נאך די שרעקליכע שריפה וואס האט אויסגעבראכן פארלאפנעם חודש אדר פאַראורזאַכנדיג שווערע שאָדנס פאַר'ן בנין הביהמ"ד און די דערנעבנדיגע בנין התלמוד תורה און ישיבה קטנה, וועלכע זענען אַממערסטנס פאַרניכטעט געוואָרן און זענען גענצליך אַרויס פון באַנוץ. אצינד נאך א לענגערע תקופה פון פלענער און זיצונגען מיט די ריכטיגע עסקנים און אינדזשענירן, איז מען בסייעתא דשמיא צוגעטרעטן צו די ערשטע פאזע פון די מלאכת הבנייה, ווען דער ביז איצטיגער געבוי ווערט גענציך איינגעווארפן, גרייט צו מאכן דעם ריזן באדן פארן אויפבוי פונעם בנין הגדול תל תלפיות פון די סאטמארע קהילות אין מוסדות אין ירושלים, א מעכטיגע געביידע וואס וועט פארנעמען אין זיך איבער 80,000 סקווער פיס! צוזאמגעשטעלט פון צוויי באזונדערע געביידעס וועלכע וועלן ווערן פאראייניגט, אין וועט פארמאגן אין זיך א היכל בית המדרש נאה ומפואר מיט העכער 500 זיץ-פלעצער. פינף הערליכע רחבות'דיגע שטיבלעך וועלכע וועלן דינען די הונדערטער אידן טעגליך ארום דעם זייגער, א רחבות'דיגע מקוה טהרה און אלע צוגעהערן ארום. היכלי תורה, שמחות זאלן אין נאך פיל.








Comments


bottom of page