top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא פון הרה"ק בעל 'אמרי שפר' מדאראג זי"ע צום ערשטן מאל געפראוועט אין ארץ ישראל לאור המצב‎

מיטוואך פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


ברגשי קודש האבן הונדערטער חסידי דאראג געפראוועט די יומא דהילולא רבה פונעם ראש שושילתא קדישא הרה"ק בעל 'אמרי שפר' מדאראג זי"ע בצל נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א. די היי יעריגע יארצייט איז צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן אין שטאט בני ברק אין בעצם יומא דהילולא איז די רבי שליט''א אפגעפלויגן צום שטאט דאראג אין אונגארין פוקד זיין די ציון הקדוש.

די רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א מנין מצומצם לאור המצב בארצינו הקדושה, מאנטאג נאכמיטאג האט דעם רבינס פריוואטע פליגער געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט דעברעצין נישט ווייט פון דאראג, אין געציילטע שעהן שפעטער אום 7:00 פארנאכטס איז שוין די רבי געוועהן אין די לופטן אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל.

אנקומענדיג קיין דאראג איז די רבי צוגעפארן צום ארטיגן בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' ווי מען האט געדאוונט מנחה, נאך א קארצע הפסקה איז די רבי אריין אינעם אוהל הק' אויף א תפילת רבים בפניא דמעלי יומא רבה, די מעמד עלייה לציון איז געווארן אריבערגעפירט דורך א לייוו הוקאפ צום ביהמ''ד הגדול אין בני ברק ווי הונדערטער חסידים זקנים עם נערים זענען געוועהן פארזאמלט אין מיטגעהאלטן די מעמד התפילה. די רבי האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים בהתעוררות רב, אין נאך מזמורי תהילים וואס איז מקובל פונעם בעל ההילולא אלס א סגולה, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון בהשתפכות הנפש, דערנאך האט די רבי געליינט קוויטלעך און זיך פארשפארט אינעם אהל הק' און זיך משתטח געווען א תפילה חרישית.

ארום 10:30 אויפדערנאכט האט די רבי שליט''א געלאנדעט בארצינו הקדושה ווי הונדערטער חסידים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה אנקומענדיג צוריק אהיים.

זינטאג אויפדערנאכט בליל ההילולא קדישא איז די רבי אריינגעקומען אין בית מדרש הגדול און צוגעגאנגען צו תפילת מעריב, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך לכבוד ההילולא אין אלע שטאקן פונעם בנין בית מדרש הגדול, די רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השולחן אין מסיים געווען ש"ס וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון חברת ש"ס אין די קהילה לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל הההילולא, במשך די טיש האט מען געזינגען די ניגון יוודע בגוים מעורר צו זיין זכותו של אותו צדיק אין די שווערע זמנים, אזוי אויך די ניגון מזמור לדוד וואס איז מיוחס צום בעל ההילולא.


די ציבור איז דורך אל מול פני הקודש וואונטשן לחיים און זיך געזעגענען און דאן האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און דברי הדרכה במשנתו הטהורה, און מרחיב געווען בסיפורים ועובדות אויף בעל ההילולא אין דערציילט אותות ומופתים וואס דער צדיק האט פארארבעט בחיים חיותו קעגן די רשעים שונאי ישראל, זייענדיג מעורר רחמים בזכותו של אותו צדיק למען ישועתן של ישראל, און דערנאך אויסגעבראכן אין א געזאנג אויף די ניגונים וכל קרני רשעים און עוצו עצה ותופר, ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן הגה"צ רבי אהרן שמואל פרענקל גאב"ד חוג חתת סופר ירושלים און נאך נכדי בעל ההילולא.

היינט צופרי איז די רבי אריינגעקומען אין בית מדרש הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו שחרית און סליחות שני בתרא מיט גרויס התעוררות, נאכגעפאלגט מיט מסיבת לחיים לכבוד די יארצייט, תיכף דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום לופטפעלד.

לכבוד די היי יעריגער הילולא קדישא איז ערשינען לאור עולם א נייע הערליכע ספר 'צדיק מושיעי' וואס אנטהאלט וואונדערליכע סיפורי מופת און ישועות פון די בעל ההילולא, אזוי אויך איז צום ערשטן מאל ארויסגעגעבן געווארן א נייע סידי מיט אן אויסוואל פון ניגונים פונעם בעל הילולא וואס איז געווען באקאנט מיט זיין אויסטערלישע כח הנגינה, הערליך שיין אראפגעזינגען דורך בעלי מנגנים בחצר הקודש.

אין לויף פונעם יארצייט זענען צענדליגער שיירות אנגעקומען צום שטאט דאראג אין אונגארין טראץ די שווערע מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל און די אנגעצויגענעם מצב אין די גאנצע וועלט אין אלגעמיין, במשך אלע שעות פון טאג איז סערווירט געווארן מיני טעימה און סעודות הילולא ביד רחבה פאר די פילע עולים לציון הק', צוגעשטעלט דורך וועד הכנסת אורחים דאראג.




































Comments


bottom of page