זונטאג פ' נצבים וילך - י"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים איז פאריגע וואך פארגעקומען א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן, נדבת הרה"ח ר' מנחם יוסף היימליך, דער מעמד איז געוועהן אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס האט באגלייט דעם תהלוכת הספר ברחובה של עיר אין אפגעראכטן די ריקודין לכבודה של תורה אין ביהמ''ד.
コメント