top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' פנחס - י' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

 

‏צענדליגער טויזענטער האבן פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם אור החיים הקדוש זצ"ל אויפן הר הזיתים. דער סדר איז געהאלטן געווארן אויפן זעלבע שטייגער ווי אין מירון, ווי בלויז היימישע סדרנים האבן געהאלטן ארדענונג און דער עולם האט זיך צוגעשטעלט און געפאלט אלע אנווייזונגען. אינעם בילד ווערט געזעהן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא ביים מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן אור החיים הקדוש בליל ההילולא.

די הערליכע ווילא וואס וועט דינען אלס אכסניא פון כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א במקום הנופש אין דאוואס שווייץ.

הגאון רבי אברהם יפה שלעזינגער גאב''ד גענף ביי א שיעור דער וואך בריתחא דאורייתא ווי זיין שטייגער.

תתחדש • די בעלי בתים פון די בארימטע 'לעווי'ס שטריימלעך' אין ארץ ישראל זענען די וואך אריין בקודש פנימה צו כ"ק מרן ראב''ד ירושלים שליט"א אין געשאנקען פארן ראב"ד א נייע הערליכע שטריימל.

הגאון ר' שאול אלתר ווערט געזעהן איינקויפט אין א געשעפט לעבן זיין שטוב אויף רחוב עלי הכהן.

א שיינעם קליפ פון שלש סעודות אין הבדלה בהיכל קדשו פון הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן אדמו"ר מתורת חכם.

האדמו"ר מגור שליט"א ביי די שמחת החתונה בבית מקורבו הרב מתתי' ראטה.

האדמו"ר מדזיקוב וויז'ניץ ביים סתימת הגולל נאך די לוויה פון האברך החשוב ר' דוד משה בוקסבוים ז"ל מחשובי חסידי דזיקוב וויז'ניץ.

כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א נאכן עליה לציון הק' פון זקינו הרה"ק מקאפיטשניץ זי"ע אינעם ביה"ח אין טבריה לרגל די יומא דהילולא, ביים זיך וואונטשן מיט כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א.

האדמו"ר מדאראג אויפן וועג צום לופטפעלד אין דאוואס שווייץ.

הרב שלום רוקח נכדו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אין לופטפעלד אינעם ווייטן מעלבארן אסטראליע.

הרב זעליג קארניצער אין החתן יוסף שמעון שעכטער מנאמני בית האד' מוויז'ניץ אויף די לאנדאן'ער גאסן אינאיינעם מיט עסקני קהילת וויז'ניץ ביים צוגרייטן די לעצטע פלענער פונעם ביקור המרומם פון האד' מוויז'ניץ אין לאנדאן.

כ"ק אדמו"ר מביאלא אויף דאטשע אין איטאליע.

הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א ביים לחיים נאכן קביעות מזוזה אין די נייע רפואה העלט-סענטער אין ליבערטי.

הגה"צ אב"ד דושינסקי בית שמש ווערט געזעהן היינט שבעה עשר בתמוז ביי מנחה אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר.

הגה"צ אב"ד לימנוב שליט"א אויף א נסיעה צום ציון הקדוש פונעם נודע ביהודה אין פראג מיט א קבוצה אינגעלייט רייטענדיג אויף א שיינעם קארעטע.


הרב החסיד ר' משה וואלף קליין מנאמני בית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווערט געזעהן ארומגיין מיט שטעקענעס, נאכן פארוואונדעט ווערן ביי די שווערע עקסידענט זונטאג נאכט, ווי עס זענען אויך געווען פארמישט די קינדער פונעם סאטמארער רבי'ן.

היכל אלטא פיגא אין מחנה דברי יואל אנגעגרייט פאר די סעודת שבת בראשות כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

האדמו"ר מסאדיגורה ירושלים באגעגענט זיך מיט מחותנו אב"ד טשארטקוב לאנדאן ביי א חתונה דער וואך אין לאנדאן.

דער בארימטער נגיד עולם התורה הרב שלמה יהודה רעכניץ פון לוס אנגל'ס וואס איז אין די טעג אנגעקומען אויף א קורצער באזוך אין ארצינו הקדושה, האט זיך געטראפן מיטן ראש הישיבה הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט''א.

רענאזוואציע ארבעט ביים קאלוב'ער בית מדרש אין וויליאמסבורג לפאר ולרומם בית ה'.

ביים שמחת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד 'דברי חיים' צאנז זמיגראד און בלומינגראוו האט קרישקעס באמערקט דעם אלעמען באקאנטע הרב יודל שפיצער מעסקני תולדות צבי ספינקא ביים מקבל זיין ברכת קדשו אין לחיים פונעם רבי'ן שליט"א.

בקודש פנימה • דער באקאנטע חסידישע בעל מנגן הרב יעקב שלמה גראס בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א אין מחנה קראלי, ווי ר' יעקב שלמה דינט אלס ראש מדריכים פאר די קינדערליך אין די זומער וואכן.

האדמו"ר ממישקאלץ שליט"א ביים אנוואונטשן דעם הויז בחור פון האדמו"ר ממבקשי השם שליט"א דעם פארלאפענעם מוצאי שבת שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין פתח תקווה.

האדמו"ר מפיטסבורג שליט"א ביים וואונטשן דעם בעל מנגן יואלי דיקמן, נאכן אראפזינגען התרגשות'דיגע פיטסבורגע ניגונים ביי א שמחה.

פארלאפענעם וואך ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין 'כולל יום השישי' מחזיק צו זיין די חשובע בחורי הישיבות וואס זיצן אין די פרייע צייט אין נוצן עס אויס צום לערנען, ביים סוף פונעם באזוך האט די רבי שליט"א אויסגעלערענט א נייע דביקות ניגון אויף די ווערטער וואס מען זאגט ביים דאווענען 'זכרו נפלאותיו אשר עשה מופתיו ומשפטי פיהו', ווידיאו קרעדיט: שמואל דריי.

די רבי שליט"א ביים זיך ארום דרייען צווישן די בחורים בשעת'ן סדר הלימוד אין 'כולל יום השישי'.

הגה"צ אבד"ק צאנז טבריה שליט"א בן האדמו"ר מצאנז ווערט געזעהן לערנען די וואך אין אתרא קדישא מירון.

‏הרב מיכל פירער משב"ק האדמו"ר מבעלזא ביים שבע ברכות ביי הנגיד ר' ישראל קליין, ווערט אויך געזעהן הרב אברהם סאפרין נכד האד' מבעלזא.

‏סעודת הילולא ומעמד הדלקה אין ישיבת "חיי תורה", לכבוד די יארצייט פונעם אור החיים הק', בראשות הצדיק המקובל הרב ישראל הראל אייניקל פונעם בבא סאלי.

אין קרית 'אהבת ישראל' וואס ווערט געבויעט אין שטאט עפולה, איז די וואך געזען געווארן דער סגן ראש העיר בני ברק הרב יהושע מאנדל, מיטן נגיד פון אמעריקע ר' משה ישראל פעלדמאן, איבערגיין די פלענער פון די פרישע בוי פראיעקט מיט הונדערטער דירות פאר חסידי ויזניץ.

אינעם בילד ווערט געזעהן א גוי ביים פארעכטן די לעקטריק, האבנדיג אויפן טראק א מענער זייט סיין פון שיכון סקווירא, זעהט אויס אז ער איז א גוי קדוש אין עס האט אים אויך געשמעקט דעם הייליגן געדאנק.

נאך די פילע שוועריקייטן וואס טויזענטער חסידי ברסלב האבן מיטגעמאכט פאריאר אנצוקומען צום ציון המציונת און פראווען דער הייליגן יום טוב ראש השנה סמוך ונראה צום צדיק. ארבעטן עסקנים איבערמידלעך רונדע די זייגער פון מערערע ריכטונגען אויפצוקומען מיט עצות צו פארמיידן אן איבערשפיל פון פאריאר, ווען פולע זענען געווען אינטערוועגנס פאר 30 שעה נאכאנאנד און טייל נאכמער, און ווי געוויסע געבן איבער האט דער גרעניץ דורכגאנג געקענט נעמען עטליכע שעה ווייל בלויז איין איינצעלנע זשאנדאר איז דארט געזעצן און זיך דייקא נישט געיאגט. חסידי ברסלב קוקן ארויס אז די פעילות לטובה זאלן מצליח זיין און בע"ה לייכטער מאכן פאר די אלופי אלפי ישראל וועלכע זענען ערווארטעט פאר היי יאר.

א נייעס'ל אין קרית יואל "היימשטאט".

זייט'ס מתפלל ביים 'כסא רחמים' • הגאון רבי מאיר מאזוז ר"י כסא רחמים, איז מאנטאג נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. נאכדעם וואס דער ר"י שפירט זיך זייער נישט גוט די לעצטע תקופה איז באשלאסן געווארן אויפן ראט פון די דאקטורים אריינצופירן דעם ר"י אין שפיטאל דורכצופירן פארשידענע אינטערזיכונגען וואס זענען געווען סוקסעספול, און ער איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל. ביים שיעור די לעצטע וואך האט דער ר"י מיטגעטיילט אז ער מאכט ליידער מיט אזוינע יסורים וואס קיינער זאל קיינמאל נישט מיטמאכן און קיינמאל נישט פארשטיין. דאך אבער האט דער ראש ישיבה ממשיך געווען אז ווען מען גייט לערנען הייבט עס אים העכער פון אלע יסורים, און ווען ער קומט געבן די שיעור דערלעבט עס עם ממש, ווי מיט א נייע נשמה – אה! די כח התורה!

הארצרייסענדע לוויה • פילע תושבי לאנדאן האבן היינט באגלייטן למנוחות די 8-יעריגע מיידל רייזי האפמאן ע"ה נאך גאנצע צען טעג וואס די שטאטישע אויטאריטעטן האבן נישט מסכים געווען איר ארויס צו באפרייען פאר קבורה, היינט האט מען ענדליך באקומען די ערלויבעניש און זי איז ב"ה געקומען לקבורה, יהא זכרה ברוך.

יש טאלאנט בישראל • א יונג בחור פון בארא פארק ביים אראפ מאלן א בילד פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זיע"א.

קרישקעס וועכענטליכע מזל טוב'ס: א ברכת מזל טוב לידידנו החתן יצחק אייזיק המאירי ני''ו מראשי מערכת קול בחצרות לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב. א ברכת מזל טוב פאר החתן חיים מרדכי אונגר 'הויז בחור' פון האדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Comentários


bottom of page