top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי דוד אלתר בן זקונים פון האד' מגור באזוכט אין ציריך שווייץ

מונטאג פ' ואתחנן - ו' אב תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי גור תושבי ציריך שווייץ האבן נעכטן מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל הרה''צ רבי דוד אלתר יונגסטער זוהן פון כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א וואס איז געקומען צו פארן קיין שווייץ ווי ער וועט וויילן די קומענדיגער וואך במחיצת הקודש פון אביו כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א, שוין אינעם לופטפעלד אין ציריך איז ער געווארן אפגעווארט דורך א שיינעם ציבור חסידים, פון דארט איז ער צוגעפארן צו די גערער שטיבל ווי ער האט געדאווענט מעריב אין מען איז פאראיבער שלום נעמען. נאך מעריב האט ער ממשיך געוועהן מיט די נסיעה צום מקום הנופש אין שטעטל דאבוס.




bottom of page