top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספעציעלע שמחת בית השואבה בחצר הקודש סקווירא מיוחד פאר חסידים פון אויסלאנד

דאנערשטאג פ' וזאת הברכה • י"ג תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין שיכון סקווירא גרייט מען זיך אצינד אויף א געהויבענע מעמד שמחת בית השואבה, ספעציעל געאייגענט פאר די הונדערטער חסידים געסט פון אויסלאנד, וואס קומען צו פארן אויף די צווייטע טעג יום טוב בצל הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


די ספעציעלע מעמד שמחת בית השואבה ווערט אהערגעשטעלט לכבודם פון די חשובע שותפים ונדיבי העדה, אברכים און בעלי בתים חסידי סקווירא פון אייראפע ארץ ישראל און אלע אנדערע לענדער, וואס האבן זיך אנגעשלאסן אלס שותפים לדבר מצוה אין די היסטארישע מקוה פראיעקט, צו פארענדיגן די פראכטפולע מקוה אין ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא על תילה בנויה, בפקודת הקודש פונעם סקווירא רבי'ן שליט"א.


אצינד וועט זיך איבערשפילן היסטאריע, ווען אויך די חסידים פון אויסלאנד וועלן זוכה זיין אריבערצוגיין ביים רבי'ן איבערגעבן דעם תרומת הקודש פאר די נייע מקוה, און דערביי וועט מען פייערן דעם שמחת בית השואבה במקום די עבודה פון ניסוך המים, בהאי אתרא קדישא ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה.


די מעמד וועט פארקומען אינעם סוכה הגדולה בחצר הקודש, אין שפיץ פונעם רבי'ן וועלכער וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש און מאציל זיין מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און צום שלוס וועלן די חסידים אריבערגיין ביים רבי'ן איבערגעבן די שטרי התחייבות און נדבת לבם.


ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה.


Comments


bottom of page