top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאור המצב • חתונה אין גור אפגעשטופט עד יעבור זעם

דינסטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין ליכט פונעם שרעקליכן מצב אין פאניק וואס הערשט ביי אחינו בני ישראל אין ארה"ק נאך אן אפיציעלע מלחמה דעקלעראציע איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש גור, אז די חתונה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א וועלכע האט געזאלט פארקומען אין צוויי וואכן ארום, איז דערווייל אפגעשטופט געווארן עד יעבור זעם.


די רעדע איז פון די כלה א טאכטער ביים רבינס איידעם הרה''צ רבי אברהם העניך זילבערשטיין מיט די חתן א זוהן פון הרה''ח ר' מרדכי לובלינג מחשובי חסידי גור אין אשדוד, וואס די חתונה האט געזאלט פארקומען קומענדיגן מאנטאג לך לך ח' חשון אינעם גרויסן גורער ביהמ"ד אין ירושלים.


די חתונה איז אפגעשטופט געווארן נאך די דירעקטע הוראה פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע האט ערווענט אז טראצדעם וואס עס איז זייער הארב אפצושטופן א זמן חתונה און בפרט ווען מ'רעדט פון בלויז צוויי וואכן ארום - דאך, צוליב די מצב סכנה און נישט אריינלייגן טויזענטער חסידים אין א מצב פון פיקוח נפשות, וועט מען לעת עתה אפשטופן די חתונה אויף א צווייטע געלעגנהייט.


דערווייל איז נאכנישט געמאלדן געווארן א נייער דאטום ווען די חתונה וועט אפגעהאלטן ווערן, און ווי עס קוקט אויס וועט מען דארפן ווארטן ביז די מצב המלחמה וועט זיך עטוואס בארוהיגן, צו קענען פאסן א באשלוס ווען קובע צו זיין א פרישע זמן החתונה.

bottom of page