top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

על שבר בת עמי • האד' מסאטמאר אדרעסירט מצב הנורא אין ארץ ישראל ביים מעמד באגלייטן

מאנטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן ביים גרויסן מעמד הבאגלייטן פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אדרעסירט די שרעקליכער מצב בארצינו הקדושה נאך א סעריע פון בארבארישע טעראר אטאקעס און איבערפאלן אויף פילצאליגע ארטיגע שטעט דורכאויס דעם יו"ט שמיני עצרת, פירנדיג צו שווערע הונדערטער קרבנות.


די רבי שליט''א האט דערמאנט די אסיפה בביתו נאווה קודש פונעם פעטער הרה''ק מסאטמאר זי''ע בשעת'ן יום כיפור מלחמה מיט גענוי פופציג יאהר צוריק ווי די רבי שליט''א איז דארט געווען בשעתו און די צער און ווייטאג וואס די סאטמאר רב האט געהאט פונעם מצב אין די הרוגים וואס זענעו ליידער ערמארדעט געווארן ביי דעם קריג. די רבי שליט''א האט אויסגעפירט מיט א ברכה אז די אייבישטער זאל האלטן די רעכטע האנט ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.



Comentários


bottom of page