top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות צום מסע הרוממה 'בני היכלא' אין שפיץ פון האד' מסקווירא קיין פוילין

דינסטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אלפי חסידי סקווירא ציילן שוין די שעות לקראת די היסטארישע מסע הקודש בני היכלא וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א נעמט אונטער צו די מקומות הקדושים אין פוילין, אין באגלייטונג פון העכער צוויי הונדערט תומכים און נדיבי לב, וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע סכומים פון העכער הונדערט טויזענט דאללער לטובת די אויפבוי פון די נייע בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, ווען פון אלע צוזאמען איז געשאפן געווארן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער צוואנציג מיליאן דאללער.


די היסטארישע מסע הקודש הייבט זיך אן היינט דינסטאג אינדערפרי, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אין וועג נאך תפילת שחרית ממעון הנופש אין מאליבו קאליפארניע, דער רבי וועט אפרייזן מיט א פריוואטע פליגער די לאנגע וועג פון דרייצן שעה, אין באגלייטונג פון א מנין פון די קינדער און משמשים בקודש, פאר די תפילות מנחה און מעריב אונטערוועגנס.


אין די זעלבע צייט וועלן די העכער צוויי הונדערט נדיבים צוזאמען מיט זייערע משפחות זיך ארויסלאזן פון ניו יארק קיין קראקא, אנקומענדיג אין קראקא לופטפעלד מיטוואך צופרי, וועלן שוין אפווארטן די עסקנים, וואס געפונען זיך שוין עטליכע טעג דארט אין קראקא מסדר צו זיין אלע דעטאלן על צד היותר טוב, אין שפיץ פונעם מייסטער אנפירער ר' מאטי ראבינאוויטש פון טיפ הפקות.


א פראכטפולע האטעל איז אפגעדינגען געווארן אין צענטער פון שטאט קראקא צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור המשתתפים, אבער מיט דעם אלעם איז די האטעל ממש איבערגעפולט אין אירע דריי הונדערט צימערן, צוליב די ריזן צאל תומכים ונגידים.


מיטוואך נאכמיטאג וועט מען פוקד זיין די ציונים הק' אויף ביידע בתי חיים אין שטאט קראקא, די ציון הק' פונעם הייליגן רמ"א, דער ב"ח און מגיני שלמה, דער הייליגער מגלה עמוקות און דער רבי ר' העשיל פון קראקא, דער הייליגער תוספות יום טוב און דער הייליגער מאור ושמש זכותם יגן עלינו.


תפילת מנחה וועט מען דאווענען אין די אור אלטע היסטארישע בית המדרש פונעם הייליגן רמ"א, און שפעטער ביינאכט וועט פארקומען א פראכטפולע מעמד קבלת פנים אין די ארטיגע האטעל, לכבודו הרם פונעם רבי'ן שליט"א ואתו עמו די הונדערטער נדיבים בעם  תומכי הממלכה.


דאנערשטאג ראש חודש שבט וועט מען אנקומען קיין ליזענסק אויף א תפילה ביים ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע, דערנאך וועט מען פארן קיין לאנצוהט צום ציון הק' פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, און שפעטער ביינאכט וועט פארקומען א עלעגאנטע און געשמאקע ליל שישי פארברענג, אין באגלייטונג פון די מלכות קאפעליע, דער מייסטער מוזיקאנט ר' מונה רוזנבלום, און הערליכע כלי זמר.


די קלימאקס פונעם גרויסארטיגן נסיעה, שבת קודש מעין עולם הבא וועט געפראוועט ווערן בצילא דמהימנותא אינעם היסטארישן שטאט קראקא, אלע תפילות און טישן וועלן געפראוועט ווערן אין די גרויסע זאל אין האטעל, און די נדיבים וועלן האבן די זכיה להתענג בתענוגים וליהנות מזיו אורו פונעם רבי'ן כשהמלך בשדה.


מוצאי שבת קודש וועט צוגעשטעלט ווערן א גאר רייכע מלוה מלכה ברוחניות ובגשמיות, דערביי וועט דער רבי פארטיילן די היסטארישע מתנת קודש, א גאלדענע בעכער נאכגעמאכט די ירושה בעכער פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, אריינגעגאסן דערמיט משיירי כהן גדול, פון די ירושה וויין פלאש פון הרה"ק מסקווירא זי"ע.


זונטאג אינדערפרי וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג אהיים מלא וגדוש מיט השפעות טובות. דער סקווירא רבי וועט צוריקפארן למעון הנופש אין מאליבו קאליפארניע, און א וואך דערויף צוריק אהיימקומען לביתו נאוה קודש בקרית מלך רב אין שיכון סקווירא, וואו מען גרייט זיך אויף א רייע שמחות און מעמדים בחצר הקודש.


לכבוד די נסיעה איז ערשינען א אייגנארטיגע שולחן ערוך מיט א דיסקריפציע פון די סדר הנסיעה און די השתלשלות הענינים זינט די בוי ארבעט פונעם נייע שוהל האט זיך אנגעהויבן, מיט וואס די משתתפי הנסיעה וועלן זיך דערקוויקן אין לויף פון די ימי התעלות.








Comments


bottom of page