top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסערט ויזניץ איז ממנה בנו הצעיר הרב שלום עוזר האגער אלס ראש כולל למצויינים אין ירושלים

מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי סערט ויזניץ אין ירושלים זענען איינגעהילט אין התרגשות, מיט די עפענונג פון א נייע כולל פאר אינגעלייט מצויינים, אין ביהמ"ד סערט וויזניץ אין ירושלים עיר הקודש, וואס וועט געפירט ווערן דורך הרה"ג ר' שלום עוזר האגער שליט"א בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א.


הרה"ג ר' שלום עוזר האגער וועלכער וואוינט אצינד אין לאנדאן, זייענדיג אן איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טשארטקוב לאנדאן שליט"א, איז ערווארטעט זיך אריבערצוציען בקרוב קיין ירושלים עיר הקודש, לכהן פאר אלס ראש כולל פאר די חשובע אינגעלייט חסידי סערט ויזניץ אין ירושלים. די נייע כולל איז געעפנט געווארן היינט ראש חודש חשון, צו וואו עס קומען צו פארן אויך די אינגעלייט חסידי סערט ויזניץ פון שטאט בית שמש, און לערנען בצוותא חדא בשבת אחים גם יחד. און אין די קומענדיגע חדשים גרייט מען זיך צו מקבל פנים זיין דעם חשובן ראש הכולל, וועלכער וועט זיך בעז"ה אריבערציען קיין ירושלים לעמוד בראש ממלכת התורה.

bottom of page