top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סאדיגורה אין אמעריקא איינגעהילט אין התרגשות צום ביקור קודש פון האד' מסאדיגורה

דינסטאג פ' שמות • כ"א טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסידי סאדיגורה אין אמעריקע גרייטן זיך די טעג מקבל צו זיין פני קדשו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"אוואס וועט בעז"ה אנקומען אויף א געהויבענע באזוך מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו אין ניו יארק, דעם קומענדיגן ראש חודש שבט הבא עלינו לטובה.


ווי באקאנט קומט דער סאדיגורער רבי שליט"א צו פארן יעדעס יאר מחזק צו זיין דעם היימישן עולם, בפרט אין לעיקוואד וואו עס איז פארהאן א שיינעם קיבוץ פון חסידי סאדיגורה.


דעם קומענדיגן דאנערשטאג ראש חודש שבט וועט די רבי לאנדען אין ניו יארק, אין וועט פונעם לופטפעלד תיכף צופארן קיין לעיקוואד, אויף שבת פרשת וארא וועט די רבי וויילן בקרב חסידיו אין שטאט, אין פראווענען די תפילות אין טישן בבית מדרשו ברוב עם הדרת מלך.


אין לויף פון די וואך וועט די רבי אויפנעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה, דינסטאג פרשת בא וועט זיך די רבי צוריקערן למעונו אין בני ברק.



Comments


bottom of page