top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העפטיגע הכנות אין מונקאטשער הויף צו די גרויסע חתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א

דינסטאג פ' ויגש • ז' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין מונקאטשער הויף גייען שוין אין די טעג אן מאסיווע פארברייטונגען צו די גרויסארטיגע רבי'שע חתונה, בבית כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר קומענדיגען מיטוואך פרשת ויחי, ט"ו טבת הבעל"ט.


בלויז א קארגע וואך אפגעריקט פון דעם געהויבענעם שמחה בבית צדיקים, ווען עס וועט בעה"י גיין אונטער די חופה, אן אייניקל פון רבי'ן שליט"א, ה"ה החתן החו"ב בנש"ק הרב אהרן שליט"א, בן זקונים לבנו בכורו הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, מיט הכלה ב"ק תחי', בת הרה"ג רבי אפרים שלמה הלברשטאם שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק רודניק שליט"א, וחתן הגה"צ רבי מרדכי בצלאלא קליין אב"ד סאטמאר לעיקוואוד שליט"א. די גרויסע שמחה ברענגט ארויס א זעלטענע התרגשות של שמחה, צווישן די פילע חסידים און און תלמידים פון מונקאטשער הויף, פרייענדיג כאיש אחד בלב אחד, אין די שמחה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, בעת די הייליגע גאלדענע קייט איז עושה פרי לטובה, און עס טוט זיך ווייטער שפינען לשם ולתפארת כל בית ישראל.


די גרויסע רבי'שע שמחה וועט זיך שוין אנהויבן א שבת פריער, שבת קודש פרשת ויגש, שבת עלייה לתורה, וואס וועט געפראוועט ווערן אויף א גרויסן פארנעם בבית מדרשו הגדול פונעם גרויסן זיידן, כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אין שטאט בארא פארק.


מיטוואך פרשת ויחי הבעל"ט וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן די גרויסע שמחה בהמון חוגג מיט גרויס פראכט און גלאנץ. די מעמד קבלת פנים און חופה וועלן פארקומען בחצר קדשו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אין בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט די גרויסארטיגע סעודת החתונה וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די גרויסע פרעכטיגע זאלן פון "עטרת גאלדא" אין צענטער פון בארא פארק פאר די מענער, און די נייע זאלן פון בנות ציון ד'באבוב דערנעבן פאר די פרויען. צו די געהויבענע שמחה ווערן ערווארטעט פילצאליגע געסט פון איבעראל, וועלכע וועלן קומען פערזענליך זיך מיטפרייען בשמחת רבם ומאורם שליט"א, און זיך אנשעפן מיט די השפעות טובות פון די שמחה בבית צדיקים. א שטאב פון געטרייע עסקנים און סדרנים פון חצר הקודש מונקאטש זענען אין די טעג פולשטענדיג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע הכנות צו די גרויסע שמחה, הן מיט אנגרייטן און אהערשטעלן די שמחה בתפארת היופי, און הן מיט אויפנעמען מיט די פילצאליגע אורחים נכבדים פון איבער די וועלט.






Comentários


bottom of page