top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע אדמור"רים ורבנים מיטגעפריידט ביי שמחת החתונה בבית קרית צאנז - מאקאווא אשדוד - בערגסאז בני ברק

זונטאג פ' לךלך • ז' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איציק ו.


אין בני ברק איז פאריגע וואך דאנערשטאג פארגעקומען די שמחת הנישואין פון החתן אן אייניקל ביי הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים בן לבנו הרה"ג ר' דוד ווייס איידעם ביי הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מבערגסאז בני ברק שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאלן אין שפיץ פון פילצאליגער אדמור''ים רבנים אין קרובי המשפחה, ובראשם האט זיך אנגעזעהן די געהויבענער פעטער כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א וואס איז געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה. אזוי אויך האבן זיך משתתף געוועהן במשך די שמחה האדמור''ים ממכנובקא בעלזא, סלאנים, דאראג, שומרי אמונים, ספינקא בני ברק, ספינקא רמת אהרן, ספינקא גני גד, זידיטשוב פתח תקוה, סטריקוב, גאב"ד מאקאווא, אב"ד מאקאווא ב"ב, אב"ד מאקאווא אלעד, ראחוב, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, לייפניק, לינסק, שאץ, ביאלא בני ברק, נדבורנה פ"ת, אב"ד ביליץ, אב"ד סקולען, אב"ד סטריקוב, בערגסאז, בערגסאז בי"ש, אב"ד ראחמסטריווקא, מהרי"ב מנדבורנא, אב"ד טריסק, אב"ד טשערנוביל אלעד, אב"ד סטרעטין, אין נאך פיל.




















































Comments


bottom of page