פרייטאג פ' שלח - כ"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
שטייענדיג ככלות השבעה לפטירתו פון הרה"ח המפואר רבי משה בצלאל בוידעק ע"ה לאנגיעריגן יושב ראש מפעל קרן הצלה איז דעם מאנטיג פארגעקומען א מעמד התמנות אין די הויפטקווארטירן פון די עדה החרדית אין ירושלים ווי דער לעגענדארע עסקן הרב שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו איז אויפגענומען געווארן דורכ'ן בית דין הגדול שבירושלים, צו דינען אלס 'יו"ר מפעל קרן הצלה'. די מעמד איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם אינעם לשכת הבד"ץ, במעמד פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק ווי מען האט געטרינקען לחיים און די רבנים האבן ווראעם געוואונטשן פארן נייעם יושב ראש.
שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען די יערליכע 'זוממער חלוקה' ווי הונדערטע מנהלי המוסדות על טהרת הקודש זענען זיך צוזאמגעקומען אין ביהמ"ד 'בני ראובן' וועלכע געפונט זיך הארט נעבן די דושינסקיא ת"ת אין ירושלים אין שפיץ פון די חברי הבד"ץ. עס איז געווען א מחזה הוד צוזעענדיג די ריזן צאל מנהלי המוסדות בעלי מסירות נפש וואס רייסן זיך אוועק צו קענען דעקן דעם בודזשעט נישט נהנה צו זיין משולחן איזבל, צווישן די באטייליגטע האבן זיך אויך אנגעזעהן מנהלים פון צפת און טברי' ווי עס האבן זיך לעצטענס אויפגעשטעלט א צאל מוסדות החינוך על טהרת הקודש.
מיט דברי פתיחה האט אויפגעטראטן דער ספרא דדיינא הרב יצחק שלמה בלוי, דערנאך האבן אויפגעטראטן הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבד"ץ אין הגאון ר' חיים יוסף בלויא שליט"א מו"ץ, ורב שכונת פאג"י חבר הנהלת קרן הצלה וועלכע האבן פה אחד ארויסגערענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה פונעם לאנג יעריגן יושב ראש הרב משה בצלאל בוידעק ע"ה וואס מ'שטייט נאך די שבעה לפטירתו און אז מ'דארף זעען ווייטער אנצוהאלטן זיינע הייליגע דרכים. אין ווארעם אנגעווינטשן ר' שלמה יוסף מיט זיין נייעם תפקיד ער זאל קענען מרבה זיין כבוד שמים למען חינוך הטהור.
צום סוף האט אויפגעטרארטן הרב שלמה יוסף וואלדמאן וואס איז אויפגענומען געווארן אלס 'יושב ראש קרן הצלה'.
אזוי אויך האט ר' שלמה יוסף אפגעשטאט א באזוך בביתו נאווה קודש פון כק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א אין הר נוף מקבל זיין ברכת קדשו לרגל די התמנות, דער ראש בית דין האט ארומגערעט איבער דער גרויסע אויפטראגע אין דער אחריות וואס אזא פאסטן טראגט אין מאציל געוועהן מברכות קדשו.
Comments