top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מדן ועד באר שבע • צענדליגער טויזנטער ילדי תשב"ר פאראייניגט בתפילה וזעקה אויפן רוף פון גדולי ישראל

מאנטאג פ' לךלך • ח' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


על פי הוראתו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א איז היינט פארמיטאג פאררופן א 'יום תפילה עולמי' אין מעמד בקשת רחמים אין וועלכן עס האבן זיך אנגעשלאסן רבבות אלפי תינוקת של בית רבן פון די ליטווישע קרייזן וואו מען האט מיט א פאראייניגטן כח הרבים אין בזכות הבל פיהם של תינוקת של בית רבן איינגעריסן וועלטן לביטול רוע הגזירה, די אייבישטער זאל האלטן די רעכטער האנט אויף אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה.


צווי צענטראלער מעמדי התפילה זענען אפגעהאלטן געווארן אין בני ברק אין ירושלים וואו עס האבן מיטגעהאלטן עטליכע הונדערט ילדי חמד, בראשות גדולי ישראל מנהיגי הקהילות וראשי הישיבות פון ליטווישע עולם התורה, אין בני ברק: ראש הישיבה הגר''ד לאנדא, אין הגרמ"ה הירש ראשי ישיבת סלאבודקא, הגר"י זילברשטיין רב שכונת רמת אלחנן, הגר"ח פינשטיין ראש ישיבת עטרת שלמה, אין המקובל הגאון רבי שמעון גלאי. אין ירושלים האבן זיך אנגעזעהן המשגיח הגה''צ רבי דן סגל, הגר"ד כהן ראש ישיבת חברון אין הגר"ר אלבז ראש ישיבת אור החיים. די מעמדי התפילה איז אריבערגעפירט געווארן לעבעדיג דורך א לייוו הוקאפ צו אלע ליטווישע תלמודי תורה ברחבי ארץ הקודש.


איידער די עצרת איז געהערט געווארן א דרשה דורך הגאון רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק אין קורצע דברי התעוררות פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א. דערנאך האט הגה''צ המקובל רבי שמעון גלאי פארגעזאגט די מזמורי תהילים נאכגעפאלגט מיט סליחות, אבינו מלכינו אין קבלת עול מלכות שמים דורכן משגיח הגה''צ רבי דן סגל שליט''א, אזוי אויך האט דער משגיח פארגעזאגט א ספעציעלע תפילה וואס ער האט פארפאסט לאור די יעצטיגער עת צרה אין ארץ ישראל.













































































Comentarios


bottom of page