מיטוואך פ' שלח - כ"ה סיון תשפ"ג | קול בחצרות
הרה''ג רבי בצלאל טובי' וועטנשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנסי האט נעכטן באזוכט ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א נאכן איבערגעבן א שיעור כללי בהלכות שבת פאר די הונדערטער עמלי התורה אינעם מבצר הכוללים אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת בצל הטוב און דער רבי האט אים צוריק געגעגעבן ספרו לב אהרן אויף במדבר דרושים ואגדה, דער רבי האט זיך אינטערסינט אין זיינע פעולות לטובת הכלל אין בפרט בעניני הנהגת וקדושת בית אין מכבד געוועהן דעם דיין מיט לחיים.
Comentarios