מוצאי יום טוב פורים: שמחה גוררת שמחה ביי חתונה הגדולה בחצר הקודש באבוב-45
- Bechatzros admin
- 24 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 24 במרץ
מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום
בקול רנה וישועה איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן די פייערליכע שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, מיט'ן השתתפות פון א גרויסן ציבור חסידים וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן געהויבענע שעה'ן ביי די שמחת בית צדיקים, די חתונה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין בארא פארק.
די חתן איז א זון פון הרב אלכסנדר שמואל טווערסקי, זון פון הגה"צ ר' אהרן דוד טווערסקי שליט"א מהארנסטייפל, און איידעם ביי הגה"צ ר' אלטר ברוך ווידער זצ"ל מלינז, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, די כלה איז א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף אונגער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45, און איידעם ביי הגה"צ ר' אליעזר שמעי' לעוו שליט"א נשיא תפארת אליעזר.
די שמחה האט זיך אנגעהויבן ביים מעמד קבלת פנים ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און מען האט געהערט דברי כיבושין לעורר הלבבות, די רבי שליט"א האט מסדר געווען די כתובה און דאן ארויס צום באדעקן, און אנגעטוהן דעם חתן מיט'ן קיטל און הייליגן ירושה-קאפל פון הרה"ק מצאנז און שינאווא זכותם יגן עלינו.
דערנאך איז מען ארויס צום חופה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ רבי שמעי' לעוו נשיא תפארת אליעזר. קריאת הכתובה הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, מיט די ברכות ראשונות די זיידע הרה"צ רבי אהרן טווערסקי מהארנסטייפל, האדמורי"ם מדאמבראווא, זלאטשוב סטאניסלאוו און הגה"צ אב"ד לינז, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע האט דערמיט מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
דער רבי שליט"א האט דאן משמיע געווען ברכת הקודש, ואמר כל העם אמן, און זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחת החתונה, לקול תרועת השמחה פון די חסידים, ספעציעל האט די שמחה גובר געווען ווען מ'האט געזינגען די ניגוני קודש וואס דער רבי שליט"א האט מחבר געווען, נאכן זיך וואשן צום סעודה איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב, און דערנאך האט מען ממשיך געוועהן די ריקודין ווען די רבי איז געטאנצן מיט די חשובע זיידעס, און באזונדערע טענץ מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מרחאמיסטירווקא שליט"א, און מיט שאר בשרו וידיד נפשו כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א.
פארן בענטשן איז פארגעקומען די 'קאזאקן טאנץ' כנהוג, ווי עס האבן דאס מאל משמח געווען לכבוד ראש חודש די זקני הבעלי בתים דק"ק באבוב 45 וועלכער האבן פארגעשטעלט א מארש כנהוג בחצרות הצדיקים. מיט בענטשן און שבע ברכות זענען מכובד געווארן די קרובי המשפחה, און די רבי האט געזאגט ברכה אחריתא, נאכן בענטשן האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן די מנחת ביכורים פון אלפי שעות רציפות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורי החסידות לקראת די הילולא קדישא י"ב אדר און כהכנה צום חתונה הגדולה.
דאן האט מען צוגעטרעטן צו די געהויבענע מצוה-טאנץ, ווען הרה"ג ר' צבי ארי' ריינהאלד האט אויפגערופן דעם רבי'ן צו די ריקודין לפני הכלה, איידער'ן טאנצן האט דער רבי געוונטשן לחיים, און דערנאך זיך אריינגעלאזט אין די געהויבענע פלאם פייערדיגע ריקודין לפני הכלה, נאכגעפאלגט מיט באזונדערע טענץ מיט די חתן מחותנים און זיידעס, און מיט די בני משפחת המלוכה.
דערנאך איז די חתונה נמשך געווארן מיט די מצוה-טענץ פון די געהויבענע זיידעס און מחותנים און חתן-כלה, די חתונה איז פארענדיגט געווארן אום צוויי אזייגער מיט'ן געהויבענעם ריקוד "אין כאלוקינו" כמנהג צאנז, וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בנעימות ודביקות.


































































































תגובות