הערלישע איבערלעבעניש ביי הכנסת ספר תורה געשריבן דורך האד' מלעלוב לעילוי נשמת אמו הרבנית ע"ה
- Bechatzros admin
- 2 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 3 ביולי
מיטוואך פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יעקב לעדערמאן, JDN
הונדערטער לעלובער חסידים האבן די וואך זונטאג מיטגעלעבט פרייליכע און געהויבענע שעה'ן של עוז וחדוה, כולם נקבצו ובאו לשמוח בשמחת התורה, ווען עס איז געפייערט געווארן דער גרויסארטיגער חגיגת הכנסת ספר תורה פון כ''ק אדמו"ר מלעלוב שליט''א וועלכע האט מקיים געווען דעם מצוה פון 'ועתה כתבו לכם את השירה הזאת', אויף א ספר תורה וואס די רבי האט געלאזט שרייבן לזכר נשמתה פון אמה של מלכות הרבנית הצדקנית מלעלוב ע"ה, און איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש.
די חגיגה האט געזאלט פארקומען אויף א גרויסע פארנעם פארלאפענעם ערב שבת קודש פרשת בהעלותך אין אתרא קדישא מירון אבער איז אין די לעצטע מינוט אפגערופן געווארן צוליב די מלחמה וואס האט אויסגעבראכן יענעם ערב שבת. אין די נאכמיטאג שעהן האבן זיך צוזאמגענומען כל קהלא קדישא זקנים עם נערים אין חצר הקודש לעלוב מלובש בבגדי שבת לכבוד התורה, שפירנדיג א פערזענליכע שמחה ביי די גרויסע געשעעניש, ווען די רבי שליט"א זעלבסט גיבט אריין א ספר תורה לבית מדרשו.
אין די אווענט שעה'ן זענען געווען פארזאמלט ברחובות קריה די הונדערטער חסידים, אויך די ילדי החמד ואבוקות של אור בידיהם, און האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א וועלכע איז געקומען צופארן פון עיה"ק צפת ווי די רבי האט געוויילט אויף אפרוה אינאיינעם מיטן ספר תורה, די רבי איז ערשינען אין קרית מלך רב אנגעטוהן מיט די יום טובדיגע'ר קאפטן וואס האט געברענגט צום אויסדרוק די גרויסע שמחה ביים רבי'ן, און איזתיכף אריין אונטער די חופה צום ריכטונג פונעם ביהמ''ד
ביים אנקומען איז די רבי תיכף אריין אונטער די חופה צום ריכטונג פונעם ביהמ''ד וואו דער ריזן ציבור האט באגלייט דעם ספר תורה מיט א תנועה של שמחה, ווען די רבי איז מפזז ומכרכר בכל עוז ברחובה של עיר לכבודה של תורה.
די ריקודין האבן פארגעזעצט ביתר שאת ועוז אינעם גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ"ד וואס איז געווען אויסגעשטאט מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס איבערגעפילט מיט די הונדערטער אברכים ובחורי חמד, ווען די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די הקפות מיטן ספר תורה מיט אן התלהבות דקדושה. דערנאך האט די רבי מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א מלעלוב ירושלים און גיסו הרה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א טאנצן מיט די ספר תורה, דערנאך איז געשאפן געווארן א מחול פון די בני משפחת המלוכה, צאצאים פון די רעבעצין ע"ה, ווען אינדערמיט זענען די אייניקלעך הרבנים שליט"א און די חשובי וזקני העדה געטאנצן מיט די ספר תורה בעת די רבי איז מעודד די ריקודין.
נאך די ריקודין האט די רבי פארגעזאגט די מזמורים בקול חוצב להבות אש און אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש בהיכל ביהמ"ד הגדול מיט טענץ און געזאנג. נאכן מעמד איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה כיד המלך לכל הקהל הקודש, וואו דער רבי האט באשיינט די סעודה לגומרה של תורה בתופים.



















Comments