top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ממשיך שלשלת הזהב • שיינעם ציבור מיטגעהאלטן גרויסער רעבישע חתונה פון האד' מצאנז זמיגראד אין בני ברק

דאנערשטאג פ' חקת בלק - י' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א זעלטענע און געהויבענע חתונה איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק, ווען הרב הצדיק רבי סיני האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מצאנז זימיגראד איז געגאנגען אונטער די חופה אין א מזל'דיגע שעה, ציענדיג ווייטער דעם שלשלת הזהב לבית צאנז זימיגראד ולמעלה בקודש.


דער רבי איז דער עלטסטער זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זימיגראד זצ"ל בעל ביכורי חיים, ממשיך דרכו בקודש פון הרה"ק בעל אריה שאג מצאנז זימיגראד זי"ע, די רבי וואס איז באקאנט אלס א חריף און א בקי בתורה, איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום נאכן הסתלקות פון זיין פאטער אין א יונגן עלטער בשנת תשע"ז. אצינד ווען דער רבי טוט אויפשטעלן א נייע שטוב האט דאס אויפגעברענגט גרויס התרגשות ביי פילע חסידים ואוהדים לבית צאנז זימיגראד, זעענדיג ווי די שיינע המשכה ציעט זיך ווייטער.

לכבוד די חתונה זענען געקומען צו פארן פילע געסט פון אויסלאנד, ובראשם דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז זימיגראד שליט"א פון אנטווערפען, די גאנצע חתונה איז געווען א חטיבה אחת שמחה וחדוה, ווען מאסן אידן האבן איבערגעפולט די זאל זיך מיטצופרייען מיט די גרויסע רעבישע שמחה, איבערהויפט אז עס איז געווען א זעלטענע ערשיינונג אז א רבי זאל חתונה האבן צום ערשטן מאל בשעה טובה ומוצלחת. נאכמיטאג איז געווען זמני כניסה ווי די רבי האט אויפגענימען די ציבור חסידים ביום החופה און דערביי איז געווען די געלעגענהייט איבערצוגעבן דורון דרשה לכבוד די שמחה.

דורכאויס די מעמד קבלת פנים און די חופה האט דער רבי געליינט קוויטלעך פון די חסידים, און מעתיר געווען לישועת הכלל והפרט, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז זימיגראד פון אנטווערפען, און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק. די ברכות אונטערן חופה זענען צוטיילט געווארן צווישן כ"ק האדמורי"ם מביטשקוב, פולנאה, הגה"צ ר' אשר ישעי' אייכענשטיין מספינקא, און די איינציגסטע ברודער פון רבי'ן הרה"צ ר' שלמה שמחה האלבערשטאם, ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הנגיד החסיד ר' אברהם מענדלאוויטש פון ניו יארק, פון די מקורבים אין די זמיגראד'ער הויף. מצד החתן האט אונטערגעפירט הגה"צ ר' יחזקאל הכהן שלאף שליט"א אב"ד ביאלאווא פון לאנדאן, וועלכער איז געווען פון די גאר נאנטע מקורבים ביי אדמור"י בית צאנז זימיגראד זי"ע. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב לכל הקהל הקודש. ארום עלף אזייגער איז דער רבי דער חתן ערשינען אין זאל לקול תרועת השמחה, מ'האט מקבל געווען מיטן ניגון קול רנה און עוד ישמע, די התרגשות אין זאל איז געווען זייער הויעך, און פילע אידן האבן זיך ממש געווישט טרערן זעענדיג ווי עס ציעט זיך ווייטער די גאלדענע קייט. דורכאויס די שמחה זענען צוגעקומען פילע אדמורי"ם ורבנים וואונטשן מזל טוב, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט זיי, צווישן זיי האדמורי"ם מויזניץ, מאחנובקא בעלזא, בוהוש, סטריקוב, זוטשקא, סטראפקוב, גארליץ, קוזמיר, בוטושאן, מישקאלץ, לייפניק, ספינקא רמ"א, הרה"צ ר' יחזקאל טאוב, הרה"צ ר' אהרן טויסיג און נאך. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, די ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א. נאכן בענטשן איז מען צוגעטראטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ, הרב יוסף צבי ניילענדער האט געגראמט און מיט הפלא'דיגע חרוזים אויסגערופן די חשובע אדמורי"ם און מחותני השמחה, דער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז זימיגראד פון אנטווערפען, כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב, כ"ק אדמו"ר מביטשקוב אינאיינעם מיט די בני המשפחה, אייניקלעך פון הרה"ק בעל ארי' שאג מצאנז זימיגראד זי"ע, דערנאך האבן געטאנצן הגה"צ ר' נפתלי מענדלאוויטש מטורקא, און העסקן הנמרץ ר' אפרים שטערן יושב ראש עונג שבת ויום טוב. דערנאך האט מען אויפגערופן דער חשובער גאסט פון ניו יארק און פטרון השמחה הנגיד החסיד ר' אברהם מענדלאוויטש, דערנאך די געשוויסטער פון חתן, די זון און איידימער פון כ"ק אדמו"ר בעל ביכורי חיים מצאנז זימיגראד זצ"ל, און דערנאך די מחותן אבי הכלה הרב הגאון ר' אשר וואלנער שליט"א. אין די גאר שפעטע נאכט שעה'ן קרוב לאשמורת הבוקר האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ, דער רבי האט געטאנצן לפני הכלה און געפאטשט כמנהג צאנז, וינועו אמות הסיפים ווען די איבערגעפולטע זאל האט מיטגעטאנצן און זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחה עד אור הבוקר.


































































































































Kommentare


bottom of page