מאנטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
א גאר רייכע מעמד כבוד התורה איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג פרשת שמות, בהיכל ישיבה גדולה דחסידי תולדות אהרן וואס איז סטאנציאנירט אין שטאט אלעד, וואו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז פערזענליך געקומען זיך באטייליגן און זיך מיטפרייען בשמחתם פון די לומדי תורה, און פארטיילט תעודות און פרסים פאר די בחורים.
ביים מעמד האבן די תלמידי הישיבה מסיים געווען מסכתות בבא קמא, נדרים, און ביצה, א רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט, און ווארעמע און לעבעדיגע געזאנגען איז געהערט געווארן דורך די בארימטע מלכות קאפעליע, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און אויך האט מען געהערט א דרשה פונעם רבינ'ס ברודער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן. נאכן מעמד איז דער רבי פארבליבן אין ישיבה איבער נאכט, און די קומענדיגע צופרי נאך שחרית, האט דער רבי פארגעזעצט מיט די נסיעה קיין טבריה, וואו דער רבי האלט זיך אויף דורכאויס די ימי השובבי"ם.
Comments