היסטארישע מכתב חיזוק פון האד' מגור פאר עדת חסידי גור אין ערד אין שאטן פון לעצטיגע מאורעות
- לפני 21 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינטיגן מאנטאג, שטייענדיג אין די ערבי פסחים טעג, איז מיט אן אויסנאמליכע התרגשות אויפגענומען געווארן צווישן טויזנטער חסידי גור דאס ערשיינונג פונעם זעלטענעם אגרת קודש וברכת החג וואס כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט ספעציעל געלאזט שרייבן פאר עדת צאן מרעיתו חסידי גור די בכל אתר ואתר, און במיוחד די הונדערטער חסידים תושבי ערד, נאכן איראנער מיסיל אטאקע דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת ויקרא, וואס האט געפירט צו מערערע פארוואונדעטע און איבערגעלאזט צענדליגער משפחות אן א דאך איבערן קאפ.
די בריוו אונטערגעשריבן פערזענליך בגושפנקא דמלכא פונעם רבי'ן שליט"א ווערט באטראכט אלס א היסטארישע און אויסנאמליכע שריט, נאך וואס דער רבי פירט זיך נישט צו שרייבן פערזענליכע בריוו צו די חסידים, דאס לעצטע מאל איז געווען אין די תקופה פון דער קאראנא עפידעמיע, ערב ראש השנה תשפ"א, ווען דער רבי האט אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב חיזוק צו די חסידים בארץ ובגולה.
דער יעצטיגער בריוו קומט אין צוזאמענהאנג מיט א רייע פעולות וואס דער רבי האט אונטערגענומען זינט די פאסירונג פארלאפענעם וואך אין ערד, וואו דער רבי האט געשיקט זיינע קינדער הרבנים צו די שפיטעלער און משפחות אריינצובלאזן א גייסט פון חיזוק ועידוד, און באזונדער אוועקגעשטעלט דעם ספעציעלן "קרן להצלת המשפחות" ארויסצוהעלפן די חסידים וואס זענען פארבליבן בעירום ובחוסר כל.
די מכתב חיזוק פאר די חסידים, איז היינט נאכמיטאג געשיקט געווארן צו די האטעלן אין ירושלים ווי עס זענען איינקווארטירט די עוואקואירטע משפחות פון ערד, און צו די חסידים וואס זענען פארבליבן אין ערד, און פון דארט איז דער בריוו נתפרסם געווארן בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע.
דער רבי הייבט אן דעם בריוו "אנשי שלומנו היקרים שיחיו, תושבי ערד, ובכל מקומות מושבותיהם. לקראת החג הבעל״ט הנני לברך אתכם ואת כל אשר עמכם, ביו״ט כשר ושמח, ובכל טוב".
דער רבי באציהט זיך צו די לעצטע מאורעות און שרייבט "לעת כזאת אשר ב״ה ראינו חסדים גדולים אבל עם כל זאת, רבים שרויים במיצר ודוחק", און שרייבט שטארקע דברי חיזוק באמונה ובטחון, ציטירנדיג דעם מדרש אויפן פסוק "זאת חקת הפסח" וואס זאגט: "יהי לבי תמים בחקיך, ללמד שבכח חקת הפסח הזמן מסוגל לנטוע תמימות בלב, לקיים תמים תהי' עם ה׳ אלקיך, לקבל תמיד כל הנהגת השי״ת גם כשאין מבינים חשבונות שמים ובעת שנראה כחוקה".
דער רבי איז מסיים דעם בריוו מיט ברכות לרוב מעומק לבבו הטהור: "יעזור השי"ת שתזכו להארה של חירות מכל צער וקושי פחד ובהלה, ולישועה והצלחה בכל הענינים, בגשמיות וברוחניות, לכם ולכל יוצ"ח שיחיו, מתוך שלוה ומנוחה". און פירט אויס "ידידכם אוהבכם", מיט חתימת יד קדשו.



