top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אהרן קדוש השם: הילולא קדישא פון הרה"ק בעל שומר אמונים זי"ע בצל נכדו האד' מתולדות אברהם יצחק

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דינסטאג ו' ניסן איז אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא רבה פון הגה"ק בעל שומר אמונים זי"ע, "אהרן קדוש השם" וועלכער האט באלויכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, און עבודת התפילה.


בצל הקודש פון נכדו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, איז אפגעראכטן געווארן א שולחן לחיים נאך תפילת שחרית, און שפעטער נאכמיטאג איז די רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור סעודת הילולא רבתי ביי וועלכן ער האט משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג איבער די גרויסקייט פונעם טאג פון א יארצייט פון א צדיק, און מרחיב געווען מעניני דיומא איבערן שווערן מצב אין ארצינו הקדושה.


בפרט האט דער רבי האט געזאגט אז מ'טאר נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די נייעס למיניהם מען דארף וויסן אז בלויז דער אויבערשטער היט אונז אפ און קען אונז אויסלייזן פון דעם פינסטערן גלות, נישט די ציוניסטישע אדער אמעריקאנער ארמיי, מ'טאר נישט נתפעל ווערן פון זייערע מעשים, נאר שטענדיג זיך איינחזרן דעם "אני מאמין באמונה שלמה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים".


די רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה ותעוררות צום יום טוב פסח, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב בזכותו של אותו צדיק.


אין אנדערע נייעס האט דער רבי שליט"א דעם פרייטאג צופרי נאכן דאווענען מעריך געווען א שולחן לחיים לכבוד די יומא דהילולא פון רבו המובהק הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, וואו דער רבי האט דערציילט א שלל פון זכרונות און שיינע ענינים. דאס יאר איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום ציון קיין בני ברק מפאת חולשת גופו הטהור.










תגובות


bottom of page