top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא באזוכט בבתי אדמורי''ם איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן

מיטוואך פ' נשא א' - ה' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

קרדיט אתר וויזניצע נייעס


הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א האט דער וואך באזוכט אין בני ברק בבתי האדמורי''ם איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר די וואך נאך יו''ט שבועות הבעל''ט, צווישן אנדערע האט ער באזוכט ביים פעטער מרן האד' מוויז'ניץ ביי כ''ק האדמו''ר ממכנובקא בעלזא, ביים פעטער כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א, אין ביים פעטער הגה''צ רבי מנחם ארנטסר ראש ישיבת וויז'ניץ.


שפעטער אויפדערנאכט האט ער פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון זקינו הרה''ק בעל אהבת ישראל מוויז'ניץ זי''ע דערנאך האט ער זיך באטייליטג ביים יארצייט טיש בחצה''ק וויז'ניץ פון מרכז, בעפאר די טיש איז ער אריין אויף א באזוך צום פעטער כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אינאיינעם מיט די מוטטער הרבנית הצ' מבעלזא תליט''א.


אין לויף פון די וואך האט הרה''צ רבי אהרן מרדכי אויך מתפלל געוועהן מיט בנו החתן ביי די מקומות הקודשים אין מירון צפת טבריה אויפן הר המנוחות אין הר הזיתים.



Commentaires


bottom of page