זונטאג פ' נשא א' - א' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואס האט געוויילט אויף שבת אין שטאט וויליאמסבורג איז נעכטן מוצאי שבת ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד הנכבד מוה''ר ר' יואל לאנדא הי''ו לרגל שמחת ארוסי בתו למז''ט, ווי דער נדיב ר' יואל האט באשטייערט א סכום נכבד פון 250 טויזנט דאללער לטובת דעם נייעם בנין 'הכנסת אורחים' אינעם שוהל-הויף, בעיר האבות סיגוט יצ"ו, אין דערמיט אפגעקויפט דעם שם הבנין פונעם בנין הכנסת אורחים 'בנין לנדא'. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון די צדיקים עצי התמרים זיע"א, און פון די צדיקים וקדושים נבג"מ פון וועם דער חתן ציעט זיין שיינעם יחוס, און פארשידענע זכרונות בימי הרה''ק מסאטמאר זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' יואל פאר'ן חתן און די מחותן הרה''ג ר' לוי יצחק האניג .פון דארט איז די רבי שליט''א אריבער צום דעעש'ער ביהמ''ד אין וויליאמסבורג אויף ניחום אבלים ביי האחים האדמורי"ם והרבנים מדעעש שליט"א ע"פ אמם הרבנית ע"ה.
Comments