בארא פארק: שיינע רבישע חתונה אין הויפן פון באבוב 45 - וויעליפאלי - סטריזוב - סאדאוונא
- sfbechatzros
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בשמחה ובצהלה האבן חסידים ומעריצים זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' אליעזר שמעון הורוויץ שליט"א אבד"ק דזיקוב בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אלטר זאב פרענקל שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אלישע סעקולא שליט"א אבד"ק סאדאוונא, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק, וואו עס האבן באשיינט די געהויבענע זיידע'ס פון אלע צדדים ועל צבאם דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א בראש קהל חסידיו.
די רבי איז אנגעקומען צום מעמד קבלת פנים און איז שפעטער ארויס צום חופה מיט די חתן און שושבינון. ביים חופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די עלטער זיידע כ"ק האדמו"ר מסטריזוב שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע אבד"ק באבוב 45, מיט די ברכות די זיידעס האדמו"ר מוויעליאפלי און אב"ד סאדאוונא, די רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא און דערנאך געוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים, נאכגעפאלגט מיט די ריקודי שמחה.
שפעטער ביינאכט האט די רבי באשיינט בראש המסובים ביי די חתונה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און דער ציבור איז דורך וואונטשן לחיים. נאכן בענטשן און די קאזאקן טאנץ כנהוג האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, און די רבי איז פארבליבן ביז די ענדע פון די חתונה נאך די מצוה טאנץ פון די זיידע'ס הרבנים הגאונים הצדיקים און פארגעזינגען אין כאלוקינו כמנהג צאנז.






















































