top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דערהויבענע עידן חדוותא בשמחת בית מאחנובקא בעלזא - מעליץ - ביאלא ישרי לב

  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

חסידי מאחנובקא בעלזא האבן נעכטן מיטגעהאלטן די שיינע שמחת נישואין בחצר הקודש, פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די כלה א טאכטער ביי חתנו הגדול הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש שליט"א דומ"ץ חסידי מאחנובקא בעלזא, זון פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א און איידעם ביי הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא, במקהלות הונדערטער חסידים, אריינגערעכנט פילע געסט וואס זענען שוין געקומען צופארן מיטצוהאלטן די היסטארישע מעמד הכנסת ספר תורה וואס קומט פאר היינטיגן דאנערשטאג.


ביים מעמד קבלת פנים האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע גראמען דער בדחנא דמלכא ר' יואל פאללאק הי"ו. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"צ רבי בערל רוקח שליט"א בנו הגדול פון מרן אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. ביים מעמד החופה איז כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי מאיר עמנואל הורוויץ שליט"א אבד"ק ראצפערט בית שמש, מיט ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן די פעטערס כ"ק אדמו"ר מיערוסלאוו שליט"א און הגה"צ רבי יהושע זעהוואלד שליט"א אבד"ק אלטשטאט, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד די שמחה.


אין לויף פון די שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מסערט וויזניץ, ביאלא, שומרי אמונים ירושלים, טאלנא אשדוד, שידלובצא, זוטשקא אמסנא, ביאלא רמת אהרן. די פעטערס האדמורי"ם משאץ וויזניץ, ביאלא פשיסחא אשדוד, יערוסלאב, שאץ. און הגאונים הצדיקים ראש ישיבת ווויזניץ, אב"ד טשערנאביל אלעד, אב"ד נאראל, און אב"ד מונקאטש ב"ב.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה. נאכן בענטשן האט זיך די ציבור ארויסגעלאזט אין ריקודים של שמחה, ווי מען האט זיך משמח געווען בשמחת חתן וכלה, במשך די ריקודין איז געווען א געלעגנהייט דורכצוגיין ביים רבין שליט"א און די מחותנים וואונטשן לחיים און מזל טוב.


כחצות הלילה האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ, צום ערשט זענען געטאנצן די זיידע'ס כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א, דערנאך די פעטער'ס בני הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, און דער פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאוו שליט"א. דערנאך זענען געטאנצן די מחותנים, און דאן האט כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה מיט גרויס התלהבות, און באזונדער ארויס אין א פייערדיגע ריקוד אינאיינעם מיט די גאנצע משפחת המלוכה.




תגובות


bottom of page