צו השעה: האד' מבאבוב צום ערשטן מאל אפגעגעבן זיין שטימע אין שאטן פון קריטישע מעיאראל וואלן
- sfbechatzros
- 27 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א דראמאטישע שריט איז געמאלדן געווארן מטעם קהילות ומוסדות באבוב, אז צום ערשטן מאל אין די היסטאריע, האט דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אליינס אפגעגעבן זיין שטימע, ביי די וואלן וואס קומט פאהר די טעג אין ניו יורק.
די רעדע איז פון א גאר קריטישע וואל פארמעסט פאר די מעיאר זיץ אין ניו יורק, ווען אויפן פראנט ליניע לויפט אן אויסגעשפראכענער אנטיסעמיט, וועלכע לאזט זיך אפן הערן מיט ווילדע העצן קעגן אידן, וואס דאס טוט שטארק באזארגן די עסקנים אויף די עתיד פון דאס יהדות החרדית אין ניו יורק.
אין די לעצטערע חדשים זענען די עסקנים אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און פארגעלייגט דעם קריטישן שעת הכושר, אנגעבענדיג אז די איינציגסטע עצה לעת עתה איז בלויז דורכדעם וואס דאס גאנצע יהדות ניו יורק וועט ארויסקומען אין די מאסן מיט א פאראייניגטע בלאק-וואוט וואס וועט ברענגען א הילכיגן אפקלאנג לפני העמים והשרים.
דער רב שליט"א האט גענומען די גאנצע נושא על לוח לבו הטהור מיט א געוואלדיגע אחריות, און האט אין לויף פון די פארלאפענע חדשים אויפגעפאדערט קהל עדתו, אז יעדע איינציגסטע חסיד אנשים ונשים פון זיבעצן יאר און העכער איז מחיוב זיך צו רעגעסטירן, כדי צו האבן די מעגליכקייט אפצוגעבן זייער שטימע ביי די וואלן.
אין די יעצטיגע טעג איז ארויסגעגעבן געווארן א מודעה דורך העסקן ר' יואל ראזענפעלד הי"ו מגדולי עסקני קהלת באבוב, ווי ער האט געלאזט וויסן די חסידים, אז באופן יוצא מן הכלל איז דער רב שליט"א אליינס אפגעגעבן זיין שטימע, פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן, ומי ראה אותו יוצא ואינו יוצא.
עס איז איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פונעם רב שליט"א, פאר די אלע חסידים שטימען פאר אנדרו קאומא אלס מעיאר פאר ניו יארק סיטי, אנטאניא רעינסא פאר ווידערוויילונג אלס ברוקלין בארא פרעזידענט, און העסקן ר' שמחה פעלדער הי"ו פאר סיטי קאונסיל 44.
אין אנדערע נייעס, הערט מען פון נאך גדולי האדמורי"ם והרבנים אין ניו יורק, וואס וועלן צום ערשטן מאל אליינס ארויסגיין שטימען, אין שאטן פון די קריטישע וואל פארמעסט.







תגובות