top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער ביי הילולת שמואל הנביא זי״ע; האד' מאונגוואר אנגעצינדן די הדלקה כמידי שנה בשנה

  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.פ.ק

מיט גרויס התעוררות האבן טויזנטער אידן אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם נביא ה' ומשיחו שמואל הנביא זי"ע וועלכע איז אויסגעפאלן אין די טעג פון כ"ח און כ"ט אייר, און במיוחד איז געפראוועט געווארן די הילולא מיט אן א שמחה גדולה במקום מנוחת קדשו נעבן די רמות געגנט אין ירושלים.


דער הויכפונקט פונעם טאג איז ווי שטענדיג געווען דער יערליכער מעמד ההדלקה וואס כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א האט אנגעצינדן כמסורת אביו הגה"ק בעל משנה הלכות מאונגוואר זצ"ל וועלכער האט געהאט די חזקה צינדן די הדלקה צענדליגע יארן, וואס יסודתו בהררי קודש נאך פונעם הייליגן ברטנורא זי"ע.


הונדערטער אידן האבן מיטגעזונגען ווארימע ניגונים און דער רבי שליט"א האט געזאגט מזמורי תהילים בהתעוררות רב, איידערן אנצינדן די אבוקה לכבודו פונעם נביא השם, וואס האט אריינגעשלעפט די מאסן באטייליגטע אין ריקודין נלהבין.


די שמחה איז אבער צושטערט געווארן ווען די פאליציי האבן פרובירט אפצושפארן דאס אריינגאנג צום ציון, צוליב אומפארשטענדליכע זיכערהייט סיבות, און האבן געהאלטן דעם ציון פארשלאסן פאר רוב שעות פון די הילולא. דער עולם איז געווען געצווינגען צו שטיין אינדרויסן און מתפלל זיין סמוך ונראה צום מקום קדוש, אויסער די פאר שעה וואס עס איז געלונגען פאר די מתפללים זיך אריינצוכאפן אינעווייניג ביז די פאליציי האט אלעמען ארויסגעטריבן.


אויך שבת קודש נאך די יארצייט איז דער ציון געווען פארשלאסן און פילע אידן וואס זענען געקומען צו פוס לאנגע שטרעקעס האבן געמוזט פארבלייבן אינדרוסן, צווישן די פילע רבנים וואס זענען געזען געווארן פוקד זיין דעם ציון איז געווען כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכער קומט יאר יערליך צו מתפלל זיין ביים ציון הקדוש מיט א גרויסע עדה חסידים.



bottom of page