תושבי וויליאמסבורג גרייטן זיך צום ערשטן שבת בצל הקודש פון האד' מקרעטשניף סיגעט אין די ריזן 'עידן פאלאס' זאלן
- sfbechatzros
- לפני 41 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

דער עיר ואם בישראל וויליאמסבורג גרייט זיך צום ערשטן געהויבענעם שבת קודש בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון וויליאמסבורג, וועלכע וועט די וואך שבת פרשת כי תצא אפרעכטן די ערשטע שבת קודש על כס ממלכתו, שטייענדיג בתוך השלשים פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה.
די קרעטשניפער המשכה אין שטאט וויליאמסבורג טראגט מיט זיך א באזונדערע באדייט, וואס אט אין דעם שטאט אשר קידשה לשעתה ווען דער רבי זצ"ל האט דא געשטעלט זיינע ערשטע טריט אויפצובויען דעם הייליגן הויף און די ערשטע 10 יאר זינט ער איז נתעלה געווארן על כס האדמורו"ת נאכן פטירה פון זיין גרויסן טאטן הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי"ע, און יעצט מיטן ווייטערדיגע המשכה דורכ'ן רבי'ן שליט"א, ווערט צוריק נתחדש אורה כבראשונה, וועט מען ווייטער האבן די זכי' צו קענען נהנה זיין מזיו אורו הבהיר מיטן קרעטשניפער פייער און קאך.
דער גרויסער שבת קודש וועט אפגעראכטן ווערן אין די ריזן 'עידן פאלאס' זאלן, ווי מען ערווארטעט א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, סיי ביי די תפלות און די געהויבענע שולחן הטהור ליל שבת קודש, און סעודת רעוא דרעוין.
די עסקני השבת לייגן אריין די מאקסימאלסטע כוחות צו קענען אקאמאדירן אלע איינגעלעגענהייטן פון אזא געהויבענעם שבת, סיי מיט די זאל אויסשטעל אויף די גרעסטע מאס ביי די תפלות און טישן, אזוי אויך מיטן אהערשטעלן אכסניות פאר די פילע געסט מחוץ לעיר וועלכע קומען מיטהאלטן אזא געהויבענע שבת בצל הקודש.
מנחה ליל שב"ק בשעה 7:45, דער רבי שליט"א וועט אריינקומען צום טיש אנגעהויבן פון 'שלום עליכם' בשעה 11:00, שחרית שב"ק 10:00, און נאכן דאווענען וועט פארקומען די קידושא רבא. אמירת כל ספר תהלים כמנהג בית קרעטשניף אין די שבתים פון חודש אלול בשעה 5:45, און מנחה וסעודת רעוא דרעוין בשעה 7:45.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון!