top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע אנטפלעקונג פון מקום מנוחתו פון הרה"ק ר' טובי' משענדישוב זי"ע געשפרעך פון טאג אין חסידישע וועלט

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: לפני 5 ימים

זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין די חסיד'ישע וועלט האט ווי א אן עלעקטרישער שטראם דורכגעריסן די נייעס, איבער די היסטארישע אנטדעקונג פון מקום מנוחת קדשו פון האי צדיק וקדוש עליון הרה"ק ר' טובי' משענדישוב זי"ע הי"ד, וועלכער איז אומגעקומען דורך די דייטשע רוצחים ימ"ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה און אויף א אויסטערליש וואונדערליכן אופן איז ער געקומען לקבר ישראל ביום י"ב לחודש ניסן שנת תש"א, אויפ'ן בית החיים אין שטאט לובלין.


הרה"ק ר' טובי' משענדישוב זי"ע איז געווען בנו וממלא מקומו פון הרה"ק ר' אברהם הסבא קדישא משענדישוב זי"ע, זוהן פון הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זי"ע, זוהן פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפּשיץ זי"ע. ר' טובי' משענדישוב איז געווען פון די אויסגערופענע צדיקי הדור אין גאליציע מיט איבער 100 יאר צוריק, אין די תקופה נאך די ערשטע וועלט מלחמה האט ער זיך אריבערגעצויגן וואוינען קיין קראקא און איז דאן געווארן נאך מער באוואוסט אלס א צדיק יסוד עולם און איש קדוש ונורא, און פילע טויזענטער אידן דערונטער גדולי וצדיקי הדור פלעגן שטראמען צו אים לחזות בעבודתו הקדושה, צווישן אנדערע פלעגט דער לעצטער ראדאמסקער רבי זצ"ל הי"ד קומען עטליכע מאל אויף שבתים מיט זיין גאנצע ישיבה קיין קראקא להסתופף בצל הקודש, אזוי אויך הרה"ק רבי שמעו'לע זשעליכובער זצ"ל האט כסדר געשיקט בחורים צו גיין כאפּן א בליק אויף זיין הייליגע צורה.


דער שענדישובער רבי איז געווען פון די געציילטע צדיקי הדור וועלכע האבן אין די תר"פ יארן אפּגעשטאט עטליכע באזוכן אין אמעריקע, וואס איז דעמאלס געווען א מדבר שממה ברוחניות און ער מיט זיין כח הקדושה האט דאן אנגעווארעמט דעם אמעריקאנער אידנטום און צוריקגעברענגט פילע אידן צום שורש, ביים לעצטן באזוך בשנת תרפ"ט האט ער דא איבערגעלאזט זיין זוהן הרה"ק ר' ישראל דוד זי"ע איבערצופלאנצן דעם הייליגן שענדישובער הויף אויפ'ן אמעריקאנער באדן, וואס ווערט ווייטער נמשך לשם ולתפארת דורך נכדו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א.


דורכאויס די ערשטע יארן פון צווייטע וועלט מלחמה ווען די דייטשע רוצחים ימ"ש האבן אנגעהויבן אויסצוליידיגן דעם עיר ואם בישראל קראקא, האבן זיי צווישן אנדערע אויך פארטריבן דעם שענדישובער רבי'ן און זיינע באגלייטער אינאיינעם מיט זיין גאנצע משפחה, ס'איז געווען סוף ווינטער תש"א ווען דער רבי מיט זיין גאנצע משפחה און נאך פילע אידן זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף א באן זיי אוועקצופירן פון קראקא קיין לובלין, און אנקומענדיג קיין לובלין איז דער רבי אראפּ פונעם באן זייענדיג זייער אפּגעשוואכט, ווען פּלוצלינג איז צוגעקומען צו אים א דייטש וועלכער האט אים געגעבן א שטופּ אראפּ אויף דער ערד, פון וואס ער איז גאר שטארק פארוואונדעט געווארן און נאך עטליכע וואכן ביום י"ב ניסן האט דער צדיק אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה ליוצרה, לויט די דעמאלסדיגע שווערע אומשטענדן איז ליידער כמעט נישט געווען מעגליך צו ברענגען א איד לקבר ישראל, אבער מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא האט מען באוויזן צו ברענגען דעם צדיק לקבר ישראל אויפ'ן נייעם ביה"ח אין שטאט לובלין.


אין א בריוו געשריבן קיין אמעריקא שרייבט איינע פון די נאנטע צו בנו הרה"ק רבי ישראל דוד זי"ע, אז צוליב דעם מצב המלחמה איז ממש אוממעגליך אים צו ברענגען צוריק קיין שענדישוב למקום קבורת אבותיו, און מען האט באהאלטן גופו הקדוש והטהור אין שטאט לובלין.


ווען די בריוו פון די ביטערע בשורה פון רבי'נס פטירה אנגעקומען שפּעטער קיין אמעריקע האט מען דאן אפּגעהאלטן מערערע הספדים און אידן זענען ממש געפאלן אין חלשות נאכ'ן הערן די בשורה איומה. אין די בריוו איז דערמאנט א טאג און אזוי אויך אז מען האט דעם צדיק נישט געקענט צוריברענגען קיין שענדישוב, ממילא האט מען איהם קובר געוועהן אין לובלין. אינעם בריוו איז אבער נישט געוועהן אנגעצייכענט וואו אין לובלין, און ליידער זענען אלע עדי ראי' און נאנטע מענטשן נהרג געווארן עקדה"ש. עס זענען געווען פארשידענע שמועות און עדות'שאפטן, אבער די השערה איז געווען אז ער ליגט ערגעץ אינעם נייעם בית החיים.


שוין צוריק מיט ארום 40 יאר ווען ס'איז געעפנט געווארן די מעגליכקייט צו פארן קיין פּוילן האט דער שענדישובער רבי שליט"א אנגעהויבן צו טוהן פעולות צו דערגיין דעם מקום מנוחת קדשו פון זיין גרויסן עלטער-זיידן צו קענען פוקד זיין דעם הייליגן ציון און פועל'ן ישועות, דער רבי מיט די דעמאלסדיגע עלטערע שענדישובער חסידים האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות צו טרעפן מקום מנוחתו אבער צום באדויערן האבן די פעולות זיך נישט איינגעגעבן.


אין די לעצטערע יארן ווען עס זענען פארהאן פיל מער מעגליכקייטן ווי אמאל, האבן א גרופע חשוב'ע עסקנים פון שענדישובער הויף בראשות הרה"ח ר' יצחק כ"ץ הי"ו משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א – זיך אריינגעלייגט און ער האט מיט די הילף פון ר' מאיר בולקה געטראפן אן אויפדעעקונג וועלכע האט געגעבן גאר א שטארקע ליכט און אן אנהייב צו קענען צוזאם שטעלן א בילד אין מברר זיין די מקום המדיוק. תיכף ווי עס איז ערשינען נייע פרטים האבן זיך אריינגעלייגט אין די עבודת הקודש די בארימטע 'ועד משמרת קדשי עיר שענדישוב' און מפעל 'לקדושים' וואס האט שוין אויפגעטוהן גדולות ונצורות אינעם געביט פון כבוד שוכני עפר אין פּוילן – און צוזאמענארבייט מיט פילע נעבאלע ארגאניזאציעס וואס זענען עוסק אין מחקר, מיטן ציל צו טרעפן דעם קבר פון דעם איש האלקים, און האבן אריינגעלייגט גאר אסאך פּלאג און מיה צו טרעפן דעם מקום מנוחת קדשו פון דעם הייליגן צדיק.


הערשט דעם פארלאפענעם ווינטער ווען דער שענדישובער רבי שליט"א איז געווען אין פוילן פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם סבא קדישא משענדישוב זי"ע ביומא דהילולא ל' שבט, האט מען געהאט די זכי' צו שטעלן א מציבה אויפ'ן קבר פון הרבנית הצדיקת משענדישוב ע"ה אשת חבר הרה"ק ר' טובי' זי"ע, וועלכע איז נסתלק געווארן בחודש אדר שנת תרצ"א און איז נטמן געווארן אויפ'ן ביה"ח אין קראקא, וואס אויך איר מקום מנוחה איז נישט געווען באקאנט במשך אלע יארן און נאך לענגערע פארש ארבייט און אימערמידליכע השתדלות האט מען באוויזן דאס צו טרעפן און אויפפרישן פונדאסניי.


די ארבייט צו טרעפן דעם ציון פונעם רבי'ן איז אבער געווען אביסל שווערער, וויבאלד זיין פטירה איז שוין געווען אינמיטן די מלחמה ווען ס'איז געווען כמעט אוממעגליך צו דאקומענטירן די אלע זאכן אין די שטאטישע ארכיוון, אבער די העלדישע עסקנים האבן נישט אויפגעגעבן און האבן איבערגעקערט יעדן שטיינדל זוכנדיג אין אלטע ארכיוון, און עס איז ברוב סייעתא דשמיא אנדעקט געווארן גאנצע פנקסי החברא קדישא פון די צייטן פון אינמיטן קריג. נאכ'ן שטודירן אלע מאפּעס פונעם בית החיים, און נאך פארשידענע אופני מחקר, זענען אראפגעפארן מומחים אין דעם געביט און מיט די ריכטיגע און פארגעשריטענע טעכנאלאגיע האבן זיי ברוב סייעתא דשמיא באוויזן צו אנטדעקן דעם פּונקטליכן פּלאץ וואו עס איז מנוחת קדשו פונעם הייליגן צדיק פון שענדישוב זי"ע, וואס לויט די דאקומענטן פון די חברה קדישא האבן זיי נישט געוואלט לייגן אנשים פשוטים נעבן דעם צדיק זייענדיג באוואוסט אלס א קדוש מפורסם, און עס גייט אן אצינד די עבודה פון אויסשטעלן די מאפעס מיט אלע נעמען וועלכע ליגן אינעם גאנצן בית החיים, וואס וועט ערמעגליכן צו טרעפן פילע נייע הונדערעטער צו אפשר טויזנטער קברים לויט די פונקליכע סדר.


די נייעס איז א מורא'דיגן דורכברוך אין די חסיד'ישע וועלט, ווען נאך גאנצע 85 יאר האט מען ענדליך זוכה געווען צו טרעפן מקום מנוחתו פון דעם הייליגן צדיק וועלכער האט בשעתו געשאקלט א וועלט מיט זיין קדושה וטהרה, און אצינד וועלן אידן האבן די מעגליכקייט צו גיין מתפלל זיין אויף זיין ציון הק' וואו מען וועט זיכער אויס'פועל'ן אלע ישועות ורפואות בכלל ובפרט. אין די יעצטיגע טעג זענען די עסקנים מטכס עצה אויף די פּאסיגע דרכי השתדלנות וויאזוי צוריקצושטעלן דעם מקום קדוש על מכונו, וואס ווי געזאגט איז דער אדמת קודש אצינד לשמה ולביזה און דער הייליגער ציון געפינט זיך אינמיטן א שטאטישן פּארק וואו עס דרייען זיך מענטשן און באשעפענישן, און כלל ישראל איז מתפלל און מען האפט מיט'ן באשעפער'ס הילף אז נאך די ריכטיגע שתדלנות ביי די ארטיגע אינסטאנצן וועט מען קענען צוריקבאקומען שליטה אויף דעם מקום קדוש, אז מען זאל עס קענען איבערפרישן און אויפרייניגן אז עס זאל געהאלטן ווערן בכבוד ווי עס פּאסט זיך פאר אזא הייליגן צדיק, 


ופדויי ה' ישובון ובאו ציו"ן.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

Comments


bottom of page