מעמד סיום זמן החורף אין מתיבתא תורה ויראה סאטאמר מאנסי אין שפיץ פונעם ראש הישיבה האד' מסאטמאר
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

שטייענדיג נאך א סוקסעספולע ווינטער זמן, אפצייכנענדיג די ערשטע זמן הלימודים זינט התייסדות פונעם מתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל ד'סאטמאר אין שטאט מאנסי, איז דער ראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ראש חודש ניסן, אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א נשיא הישיבה.
צום ערשט האט דער רבי פארגעלערנט פאר תלמידיו הקרויים בנים א טיפזיניגע שיעור פלפול מיוסד אויף די סוגיות וואס איז געלערנט געווארן בהיכל המתיבתא במשך דעם ווינטער זמן, מיט וואס דער רבי האט מברר געווען כשמלה די סוגיות הגמרא בעיון רב על פי דברי הראשונים ואחרונים לאסוקי שמעתתא.
צום צווייטן טייל, האט דער רבי צום זיך געעפנט מעומק לבבו הטהור צו די תלמידי ישיבה אויף א פערזענליכע פארנעם מיט א געוואלדיגע חיבה והערצה, און משמיע געווען גאר שטארקע און יסודות'דיגע דברי חיזוק והתחזקות פאר די תלמידים ווייטער אנצוגיין בתורה ועבודה אין אלע זמנים, ארויסברעגענדיג לשבח דאס אז מען האט זוכה געווען מתוך סייעתא דשמיא די לעצטע האלבע יאר ווי די תלמידים האבן זיך משקד געווען על דלתי התורה והיראה מיט א געוואלדיגע פלייס מתוך עמל ויגיע רב למעלה מן המשוער, אזוי אויך האט דער רבי משמיע געווען דברי הכנה לחג הפסח הבא לקראתינו לשלום.
נאכן סוגיא שיעור, האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט על מקומו בפני המזרח, און די תלמידים האבן זיך געשטעלט ארום דעם רבי'ן שליט"א, בניך כשתילי זיתים סביב לשולחנך, און מען האט זיך מפלפל געווען אין די סוגיא, ווי דער רבי האט זיי געענטפערט און אויסגעקלארט אויף אלעם מיט א בהירות נפלאה מתוך חדוותא דשמעתתא.
שפעטער נאכמיטאג האט מען זיך געשטעלט תפלת מנחה ברוב עם, און תיכף נאך מנחה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור לכבוד ראש חודש ניסן, ביים טיש האט זיך אויך משתתף געווען הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א, וועלכע האט זיך געפינען יענעם טאג אין שטאט מאנסי לכבוד די חתונה פון א אייניקל למז"ט.
ביים טיש האט דער רבי שליט"א נאכאמאל משמיע געווען לענגערע דברות קודש מיט דברי חיזוק פאר די חשובע תלמידים. דערויף האט אויפגעטרעטן דעם רבי'נס זון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א מיט הארציגע דברי פרידה לקראת בין הזמנים, און דערביי אפגעגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן אז מען האט זוכה געווען צו אזא מוצלח'דיגע זמן החורף למעלה מן המשוער וכן יעזור ה' להלאה.
נאכן ברכת המזון זענען אלע תלמידים אריבער דעם רבי'ן שליט"א כבני מרון מקבל זיין ברכת הקודש לרגל סיום הזמן.
















