וויליאמסבורג: שמחת החתונה בבית סאסוב - סאטמאר געפראוועט ברוב פאר והדר
- Bechatzros admin
- 10 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 10 במרץ
מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN
אין דער שטאט וויליאמסבורג איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שיינע רבישע שמחה, אין די הויפן פון סאסוב - סאטמאר - אלעסק - ווייטצען, די שמחת הנישואין פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד סאסוב בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ר' שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר 15, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' הערשיל אשכנזי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ווייטצען וויליאמסבורג זצ"ל, די חתונה איז באשיינט געווארן דורך די זיידע פון ארץ ישראל כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א ביקור כבוד אין שטאט לפאר על ראש שמחתו.
מאנטאג ביום החופה איז געוועהן ספעציעלע זמני כניסה בקודש פנימה אינעם רבינס אכסניא אין בארא פארק, פאר די חסידים לברך ולהתברך בהאי עידנא דחדוותא, די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די אימפעריעל זאלן, נאכגעפאלגט מיטן מעמד החופה וואס איז פאראיבער מיט גרויס התעוררות, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, קריאת הכתובה הגה"צ רבי אשר אנשיל אשכנזי אבד"ק חוות דעת, ברכות ראשונות די זיידע נשיא מוסדות תפארת אליעזר און ברכה אחריתה די זיידע הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א.
די סעודת החתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר, א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געוועהן ביי די ריקודין לכבוד שמחת חתן, און הונדערטער תושבי העיר האבן געשטראמט אפצוגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר די חושבע זיידע'ס, אין שפיץ פון די רבני העיר וועלכע האבן באשיינט דעם אויבן אן.
בשעת די סעודת החתונה איז ערשינען די גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות נאכן בענטשן. דערנאך האט דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו אויסגערופן דעם סאטאמארער רבי'ן שליט"א צו די ריקודין של מצוה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותן, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א וכל משפחתו, און א מחול לצדיקים מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א. דערנאך האט דער רבי מיטגעהאלטן די מצוה טאנץ פון אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, און דער רבי איז אריין טאנצן אינעם רינג מיט בני משפחתו.
אינעם קלימאקס האט מען צוגעטראטן צו די געהויבענער מצוה טאנץ, פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן די ריקודין של מצוה בעוז ותעצומות. נאכן רבינס מצוה טאנץ האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט בנו הגדול אבד"ק סאסוב בארא פארק, מיטן מחותן הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, און צום לעצט מיט די אלע חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה.









































Comments